Page 77 - Breyshis
P. 77

‫בראשית‬

‫‪ 18‬און יעקב איז געקומען בשלום אין דער שטאָט ש ֶכם װאָס אין‬
‫לאַנד ְכַּנ ַען‪ ,‬װען ער איז געקומען פֿון ַפּ ַדן‪-‬אַ ָרם; און ער האָט‬
‫געלאַגערט פֿאַר דער שטאָט‪ 19 .‬און ער האָט אָפּגעקױפֿט דאָס שטיק‬
‫פֿעלד װאָס ער האָט דאָרטן אױפֿגעשטעלט ז ַײן געצעלט‪ ,‬פֿון דער‬
‫האַנט פֿון די קינדער פֿון ַחמוֹר דעם פֿאָטער פֿון ש ֶכמען‪ ,‬פֿאַר‬
‫הונדערט קשׂי ָטה‪ 20 .‬און ער האָט דאָרטן אױפֿגעשטעלט אַ מזבח‪,‬‬

                               ‫און האָט אים גערופֿן ֵאל‪ֱ -‬אלֹ ֵהי‪ִ -‬ישׂ ָר ֵאל‪.‬‬

‫‪ 1‬און דינה די טאָכטער פֿון לאהן‪ ,‬װאָס זי האָט געבאָרן‬

‫יעקבן‪ ,‬איז אַרױסגעגאַנגען זען די טעכטער פֿון לאַנד‪ 2 .‬האָטלד‬

‫ש ֶכם דער זון פֿון ַחמוֹר דעם ִח ִוי‪ ,‬דעם פֿירשט פֿון לאַנד‪ ,‬זי דערזען‪,‬‬
‫און ער האָט זי גענומען‪ ,‬און איז געלעגן מיט איר‪ ,‬און האָט זי‬
‫געפּ ַײניקט‪ 3 .‬און ז ַײן זעל האָט זיך באַהעפֿט אָן יעקבס טאָכטער‬
‫דינהן‪ ,‬און ער האָט ליב געקריגן די מײדל‪ ,‬און ער האָט גערעדט צום‬
‫האַרצן פֿון דער מײדל‪ 4 .‬און ש ֶכם האָט געזאָגט צו ז ַײן פֿאָטער‬

        ‫ַחמוֹרן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬נעם מיר די דאָזיקע מײדל פֿאַר אַ װ ַײב‪.‬‬

‫‪ 5‬און יעקב האָט געהערט אַז ער האָט פֿאַראומרײניקט ז ַײן טאָכטער‬
‫דינהן‪ ,‬װען ז ַײנע זין ז ַײנען געװען מיט ז ַײן פֿי אין פֿעלד; האָט יעקב‬

                                       ‫געשװיגן ביז זײ ז ַײנען געקומען‪.‬‬

‫‪ 6‬און ַחמוֹר דער פֿאָטער פֿון ש ֶכמען איז אַרױסגעקומען צו יעקבן‪ ,‬צו‬
‫רעדן מיט אים‪ 7 .‬און די זין פֿון יעקבן ז ַײנען געקומען פֿון פֿעלד‪ ,‬װי‬
‫זײ האָבן עס געהערט; און די מענער האָבן זיך געקלעמט‪ ,‬און זײ‬
‫האָט שטאַרק געברענט װאָס ער האָט באַגאַנגען אַ נ ָבלה אַקעגן‬
‫ישׂראל‪ ,‬צו ליגן מיט דער טאָכטער פֿון יעקבן‪ ,‬װאָס אַזױ‪-‬װאָס טאָר‬

                                                      ‫ניט געטאָן װערן‪.‬‬

‫‪ 8‬און ַחמוֹר האָט גערעדט מיט זײ‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬די זעל פֿון מ ַײן זון‬
‫ש ֶכמען גלוסט נאָך א ַײער טאָכטער‪ .‬גיט זי אים‪ ,‬איך בעט א ַײך‪ ,‬פֿאַר‬
‫אַ װ ַײב‪ 9 .‬און ז ַײט זיך מתחתּן מיט אונדז; א ַײערע טעכטער װעט איר‬
‫אונדז געבן‪ ,‬און אונדזערע טעכטער װעט איר א ַײך נעמען‪ 10 .‬און‬
‫איר װעט זיך באַזעצן ב ַײ אונדז‪ ,‬און דאָס לאַנד װעט ליגן פֿאַר א ַײך;‬
‫זיצט און פֿאַרקערט דרינען און באַפֿעסטיקט א ַײך אין איר‪ 11 .‬און‬
‫ש ֶכם האָט געזאָגט צו איר פֿאָטער און צו אירע ברידער‪ :‬לאָמיך‬
   72   73   74   75   76   77   78   79   80   81   82