Page 82 - Breyshis
P. 82
בראשית
1און דאָס ז ַײנען די געבורטן פֿון ֵע ָשׂון ,דאָס איז ֶאדוֹםֵ 2 .ע ָשׂו
האָט גענומען ז ַײנע װ ַײבער פֿון די טעכטער פֿון כַּנ ַעןָ :ע ָדה דילו
טאָכטער פֿון ֵאילוֹן דעם ִחתּי ,און אָהלי ָב ָמה די טאָכטער פֿון ַעָנהן,
די טאָכטער פֿון ִצ ְבעוֹן דעם ִח ִוי; 3און בשׂ ַמת די טאָכטער פֿון
ִיש ָמ ֵעאלן ,די שװעסטער פֿון נ ָביוֹתן 4 .און ָע ָדה האָט ֵע ָשׂון געבאָרן
ֶאלי ַפזן; און בשׂ ַמת האָט געבאָרן ְרעו ֵאלן; 5און אָהלי ָב ָמה האָט
געבאָרן ְיעושן ,און ַי ְע ָלמען ,און ק ַרחן .דאָס ז ַײנען די זין פֿון ֵע ָשׂון,
װאָס ז ַײנען אים געבאָרן געװאָרן אין לאַנד כַּנ ַען.
6און ֵע ָשׂו האָט גענומען ז ַײנע װ ַײבער ,און ז ַײנע זין און ז ַײנע
טעכטער ,און אַלע נפשות פֿון ז ַײן הױזגעזינט ,און ז ַײן פי ,און אַלע
ז ַײנע בהמות ,און ז ַײן גאַנץ אײגנס װאָס ער האָט אָנגעקליבן אין
לאַנד כַּנ ַען ,און ער איז אַװעקגעגאַנגען אין אַ לאַנד ,אַװעק פֿון ז ַײן
ברודער יעקבן 7 .װאָרום זײער פֿאַרמעג איז געװען צו גרױס אױף צו
זיצן באַנאַנד ,און דאָס לאַנד פֿון זײער װױנשאַפט האָט זײ ניט
געקענט טראָגן פֿון װעגן זײער פי 8 .האָט ֵע ָשׂו זיך באַזעצט אױפֿן
באַרג ֵשׂ ִעיר; ֵע ָשׂו דאָס איז ֶאדוֹם.
9און דאָס ז ַײנען די געבורטן פֿון ֵע ָשׂו דעם פאָטער פֿון ֶאדוֹם אױפֿן
באַרג ֵשׂ ִעיר 10 .דאָס ז ַײנען די נעמען פֿון ֵע ָשׂוס זיןֶ :אלי ַפז דער זון
פֿון ֵע ָשׂוס װ ַײב ָע ָדהןְ ,רעו ֵאל דער זון פֿון ֵע ָשׂוס װ ַײב בשׂ ַמתן 11 .און
די זין פֿון ֶאלי ַפזן ז ַײנען געװעןֵ :תּי ָמן ,אוֹ ָמר ,צפוֹ ,און ַג ְע ָתּם ,און קַנז.
12און ִתּמַנע איז געװען אַ קעפּסװ ַײב פֿון ֵע ָשׂוס זון ֶאלי ַפזן ,און זי
האָט ֶאלי ַפזן געבאָרן ַע ָמ ֵלקן .דאָס ז ַײנען די זין פֿון ֵע ָשׂוס װ ַײב ָע ָדהן.
13און דאָס ז ַײנען די זין פֿון ְרעו ֵאלןַ :נ ַחת ,און ֶז ַרחַ ,ש ָמה ,און ִמָזה.
דאָס ז ַײנען געװען די זין פֿון ֵע ָשׂוס װ ַײב בשׂ ַמתן 14 .און דאָס ז ַײנען
געװען די זין פֿון ֵע ָשׂוס װ ַײב אָהלי ָב ָמה דער טאָכטער פֿון ַעָנהן ,דער
טאָכטער פֿון ִצ ְבעוֹנען; זי האָט ֵע ָשׂון געבאָרן ְיעושן ,און ַי ְע ָלמען ,און
קֹ ַרחן.
15דאָס ז ַײנען די פירשטן פֿון די קינדער פֿון ֵע ָשׂו :די קינדער פֿון
ֵע ָשׂוס ב ָכור ֶאלי ַפזן :דער פירשט פֿון ֵתּי ָמן ,דער פירשט פֿון אוֹ ָמר,
דער פירשט פֿון צפוֹ ,דער פירשט פֿון קַנז 16 ,דער פירשט פֿון קֹ ַרח,
דער פירשט פֿון ַג ְע ָתּם ,דער פירשט פֿון ַע ָמ ֵלק .דאָס ז ַײנען די פירשטן
פֿון ֶאלי ַפז אין לאַנד ֶאדוֹם .דאָס ז ַײנען די קינדער פֿון ָע ָדהן 17 .און
דאָס ז ַײנען די קינדער פֿון ֵע ָשׂוס זון ְרעו ֵאלן :דער פירשט פֿון ַנ ַחת,