Page 86 - Breyshis
P. 86

‫בראשית‬

‫זײ? ‪ 17‬האָט דער מאַן געזאָגט‪ :‬זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון דאַנען‪,‬‬
‫װאָרום איך האָב געהערט װי זײ זאָגן‪ :‬לאָמיר גײן קײן דוֹ ָתן‪ .‬איז יוֹסף‬

      ‫געגאַנגען נאָך ז ַײנע ברידער‪ ,‬און ער האָט זײ געפונען אין דוֹ ָתן‪.‬‬

‫‪ 18‬און װי זײ האָבן אים דערזען פֿון װ ַײטן‪ ,‬און אײדער נאָך ער האָט‬
‫גענענט צו זײ‪ ,‬האָבן זײ זיך געקליגט קעגן אים‪ ,‬אים צו טײטן‪19 .‬‬
‫און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן‪ :‬אָן קומט דער דאָזיקער‬
‫בעל‪-‬חלוֹמות‪ 20 .‬און אַצונד‪ ,‬קומט‪ ,‬און לאָמיר אים הרגען‪ ,‬און אים‬
‫אַר ַײנװאַרפֿן אין אײנער פֿון די גריבער‪ ,‬און מיר װעלן זאָגן‪ :‬אַ בײזע‬
‫חיה האָט אים אױפֿגעגעסן; און מיר װעלן זען װאָס װעט װערן פֿון‬

                                                         ‫ז ַײנע חלוֹמות‪.‬‬

‫‪ 21‬האָט ראובן דערהערט‪ ,‬און ער האָט אים געזוכט מציל צו ז ַײן פֿון‬
‫זײער האַנט‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬לאָמיר אים ניט נעמען דאָס לעבן‪22 .‬‬
‫און ראובן האָט צו זײ געזאָגט‪ :‬איר זאָלט ניט פֿאַרגיסן קײן בלוט;‬
‫װאַרפט אים אַר ַײן אין יענער גרוב װאָס אין מדבר‪ ,‬אָבער אַ האַנט‬
‫זאָלט איר ניט אױסשטרעקן אױף אים – כּדי אים מציל צו ז ַײן פֿון‬

                         ‫זײער האַנט‪ ,‬אים אומצוקערן צו ז ַײן פאָטער‪.‬‬

‫‪ 23‬און עס איז געװען‪ ,‬װי יוֹסף איז צוגעקומען צו ז ַײנע ברידער‪ ,‬אַזױ‬
‫האָבן זײ אױסגעטאָן יוֹספֿן ז ַײן העמדל‪ ,‬דאָס געשטר ַײפטע העמדל‬
‫װאָס אױף אים‪ 24 .‬און זײ האָבן אים גענומען‪ ,‬און האָבן אים‬
‫אַר ַײנגעװאָרפֿן אין דער גרוב‪ .‬און די גרוב איז געװען לײדיק‪ ,‬קײן‬

                                       ‫װאַסער איז אין איר ניט געװען‪.‬‬

‫‪ 25‬און זײ האָבן זיך געזעצט עסן ברױט‪ .‬און זײ האָבן אױפֿגעהױבן‬
‫זײערע אױגן‪ ,‬און האָבן אַ קוק געטאָן‪ ,‬ערשט אַ קאַראַװאַן‬
‫ִישמע ֵאלים קומט אָן פֿון ִגל ָעד‪ ,‬און זײערע קעמלען טראָגן געװירץ‬
‫און באַלזאַם און לאַדאַן װאָס זײ גײען אַראָפּנידערן קײן ִמצ ַר ִים‪26 .‬‬
‫האָט יהודה געזאָגט צו ז ַײנע ברידער‪ :‬װאָס װעט אַרױסקומען‪ ,‬אַז‬
‫מיר װעלן הרגען אונדזער ברודער‪ ,‬און מיר װעלן פֿאַרדעקן ז ַײן‬
‫בלוט? ‪ 27‬קומט‪ ,‬און לאָמיר אים פֿאַרקױפֿן צו די ִישמע ֵאלים‪ ,‬און‬
‫אונדזער האַנט זאָל ניט ז ַײן אױף אים; װאָרום אונדזער ברודער‪,‬‬
‫אונדזער פלײש איז ער‪ .‬און ז ַײנע ברידער האָבן צוגעהערט‪ 28 .‬און‬
‫װי די ִמדָינישע ל ַײט‪ ,‬די ָסוחרים‪ ,‬ז ַײנען פֿאַרב ַײגעגאַנגען‪ ,‬אַזױ האָבן‬
‫זײ אַרױסגעצױגן און אַרױפגעבראַכט יוֹספֿן פֿון דער גרוב‪ ,‬און‬
   81   82   83   84   85   86   87   88   89   90   91