Page 87 - Breyshis
P. 87

‫בראשית‬

‫זײ האָבן פֿאַרקױפט יוֹספֿן צו די ִישמע ֵאלים פֿאַר צװאַנציק‬
         ‫זילבערשטיק; און די האָבן אַװעקגעפירט יוֹספֿן קײן ִמצ ַר ִים‪.‬‬

‫‪ 29‬און ראובן האָט זיך אומגעקערט צו דער גרוב‪ ,‬ערשט יוֹסף איז‬
‫ניטאָ אין דער גרוב; האָט ער צעריסן ז ַײנע קלײדער‪ 30 .‬און ער האָט‬
‫זיך אומגעקערט צו ז ַײנע ברידער‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬דער י ִינגל איז‬

                                  ‫ניטאָ‪ ,‬און איך‪ ,‬װוּ טו איך מיך אַהין?‬

‫‪ 31‬און זײ האָבן גענומען יוֹספס העמדל‪ ,‬און האָבן געשאָכטן אַ‬
‫ציגנבאָק‪ ,‬און האָבן א ַײנגעטונקט דאָס העמדל אין דעם בלוט‪32 .‬‬
‫און זײ האָבן אַװעקגעשיקט דאָס געשטר ַײפטע העמדל‪ ,‬און געלאָזט‬
‫ברענגען צו זײער פאָטער‪ ,‬און געלאָזט זאָגן‪ :‬דאָס האָבן מיר‬
‫געפונען; דערקען אַקאָרשט אױב דאָס איז ד ַײן זונס העמדל אָדער‬
‫ניט‪ 33 .‬האָט ער עס דערקענט‪ ,‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬מ ַײן זונס‬
‫העמדל; אַ בײזע חיה האָט אים אױפֿגעגעסן‪ ,‬פֿאַרצוקן פֿאַרצוקט‬
‫געװאָרן איז יוֹסף‪ 34 .‬און יעקב האָט צעריסן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און‬
‫אָנגעטאָן זאַק אױף ז ַײנע לענדן‪ ,‬און ער האָט געטרױערט אױף ז ַײן‬
‫זון פיל טעג‪ 35 .‬און אַלע ז ַײנע זין און אַלע ז ַײנע טעכטער ז ַײנען‬
‫אױפֿגעשטאַנען אים צו טרײסטן‪ ,‬אָבער ער האָט זיך ניט געװאָלט‬
‫טרײסטן; און ער האָט געזאָגט‪ :‬פֿאַר װאָר‪ ,‬אַן אָבל װעל איך נידערן‬

             ‫צו מ ַײן זון אין קבֿר‪ .‬און ז ַײן פאָטער האָט אים באַװײנט‪.‬‬

‫‪ 36‬און די ִמדָינים האָבן אים פֿאַרקױפט אין ִמצ ַר ִים צו פּוֹטי ַפרן‪ ,‬אַ‬
                     ‫הױפדינער פֿון ַפּרעהן‪ ,‬דעם אױבערל ַײבװעכטער‪.‬‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען אין יענער צ ַײט‪ ,‬האָט יהודה‬

‫אַראָפּגענידערט פֿון ז ַײנע ברידער‪ ,‬און ער האָט א ַײנגעקערטלח‬

‫צו אַ מאַן פֿון ַעדו ָלם‪ ,‬װאָס ז ַײן נאָמען איז געװען חי ָרה‪ 2 .‬און יהודה‬
‫האָט דאָרטן געזען די טאָכטער פֿון אַ מאַן אַ כַּנ ַעני‪ ,‬װאָס ז ַײן נאָמען‬
‫איז געװען שו ַע‪ ,‬און ער האָט זי גענומען‪ ,‬און איז געקומען צו איר‪3 .‬‬
‫און זי איז טראָגעדיק געװאָרן‪ ,‬און האָט געבאָרן אַ זון; און ער האָט‬
‫גערופֿן ז ַײן נאָמען ֵער‪ 4 .‬און זי איז װידער טראָגעדיק געװאָרן‪ ,‬און‬
‫האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען אוָֹנן‪ 5 .‬און זי‬
‫האָט װידער געבאָרן אַ זון; און זי האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען ֵש ָלה‪ .‬און‬

                     ‫ער איז געװען אין כּזיב‪ ,‬אַז זי האָט אים געבאָרן‪.‬‬
   82   83   84   85   86   87   88   89   90   91   92