Page 80 - Breyshis
P. 80

‫בראשית‬

‫האָט מיר געענטפֿערט אין טאָג פֿון מ ַײן נױט‪ ,‬און איז געװען מיט‬
                           ‫מיר אױף דעם װעג װאָס איך בין געגאַנגען‪.‬‬

‫‪ 4‬האָבן זײ אָפּגעגעבן יעקבן אַלע פֿרעמדע געטער װאָס אין זײער‬
‫האַנט‪ ,‬און די אױרינגען װאָס אין זײערע אױערן; און יעקב האָט זײ‬
‫באַהאַלטן אונטער דעם אײכנבױם װאָס ב ַײ ש ֶכם‪ 5 .‬און זײ האָבן‬
‫אַװעקגעצױגן; און אַ שרעק פֿון גאָט איז געװען אױף די שטעט װאָס‬

             ‫אַרום זײ‪ ,‬און זײ האָבן ניט נאָכגעיאָגט די זין פֿון יעקבן‪.‬‬

‫‪ 6‬און יעקב איז געקומען קײן לוז װאָס אין לאַנד כַּנ ַען – דאָס איז‬
‫בית‪ֵ -‬אל – ער און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים‪ 7 .‬און ער האָט‬
‫דאָרטן געבױט אַ מזבח‪ ,‬און האָט גערופֿן דעם אָרט ֵאל‪-‬בית‪ֵ -‬אל‪,‬‬
‫װאָרום דאָרטן האָט זיך גאָט אַנטפּלעקט צו אים ב ַײ ז ַײן אַנטלױפֿן‬

                                                        ‫פֿון ז ַײן ברודער‪.‬‬

‫‪ 8‬און דבוֹרה‪ ,‬רבקהס אַם‪ ,‬איז געשטאָרבן‪ ,‬און זי איז באַגראָבן‬
‫געװאָרן אונטער בית‪ֵ -‬אל‪ ,‬אונטער דעם אײכנבױם; און ער האָט‬

                                         ‫גערופֿן ז ַײן נאָמען אַלוֹן‪-‬בכות‪.‬‬

‫‪ 9‬און גאָט האָט זיך װידער באַװיזן צו יעקבן ב ַײ ז ַײן קומען פֿון ַפּ ַדן‪-‬‬
‫אַ ָרם‪ ,‬און ער האָט אים געבענטשט‪ 10 .‬און גאָט האָט צו אים‬
‫געזאָגט‪ :‬ד ַײן נאָמען איז יעקב; זאָל מער ניט גערופֿן װערן ד ַײן נאָמען‬
‫יעקב‪ ,‬נ ַײערט ישׂראל זאָל ז ַײן ד ַײן נאָמען; און ער האָט גערופֿן ז ַײן‬
‫נאָמען ישׂראל‪ 11 .‬און גאָט האָט צו אים געזאָגט‪ :‬איך בין גאָט ַש ַדי‪,‬‬
‫פֿרוכפּער דיך און מער דיך; אַ פֿאָלק און אַ געזעמל פֿעלקער זאָל‬
‫װערן פֿון דיר‪ ,‬און מלכים זאָלן אַרױסגײן פֿון ד ַײנע לענדן‪ 12 .‬און‬
‫דאָס לאַנד װאָס איך האָב געגעבן אבֿרהמען און יצחקן‪ ,‬דיר װעל איך‬

          ‫עס געבן‪ ,‬און ד ַײן זאָמען נאָך דיר װעל איך געבן דאָס לאַנד‪.‬‬

‫‪ 13‬און גאָט האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון איבער אים אין דעם אָרט װוּ‬
‫ער האָט מיט אים גערעדט‪ 14 .‬און יעקב האָט אױפֿגעשטעלט אַ ז ַײל‬
‫אױף דעם אָרט װוּ ער האָט מיט אים גערעדט‪ ,‬אַ ז ַײל פֿון שטײן‪ ,‬און‬
‫ער האָט אַרױפֿגעגאָסן אױף אים אַ גיסאָפּפֿער‪ ,‬און געגאָסן אױף אים‬
‫אײל‪ 15 .‬און יעקב האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם אָרט װאָס גאָט‬

                              ‫האָט גערעדט מיט אים דאָרטן‪ ,‬בית‪ֵ -‬אל‪.‬‬
   75   76   77   78   79   80   81   82   83   84   85