Page 75 - Breyshis
P. 75
בראשית
אַז ער קען אים ניט ב ַײקומען ,האָט ער אָנגערירט דאָס לעפֿל פֿון ז ַײן
דיך; און דאָס לעפֿל פֿון יעקבס דיך איז אױסגעלונקען געװאָרן אין
ז ַײן ראַנגלען זיך מיט אים 27 .האָט ער געזאָגט :לאָז מיך אַװעק,
װאָרום דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען .האָט ער געזאָגט :איך װעל
דיך ניט אַװעקלאָזן ,ס ַײדן װעסט מיך בענטשן 28 .האָט ער צו אים
געזאָגט :װאָס איז ד ַײן נאָמען? האָט ער געזאָגט :יעקב 29 .האָט ער
געזאָגט :ניט מער זאָל יעקב גערופֿן װערן ד ַײן נאָמען ,נ ַײערט ִישׂ ָר ֵאל,
װאָרום האָסט געשטריטן מיט גאָט און מיט מענטשן ,און ביסט
ב ַײגעקומען 30 .האָט יעקב געפֿרעגט און האָט געזאָגט :זאָג מיר ,איך
בעט דיך ,ד ַײן נאָמען .האָט ער געזאָגט :נאָך װאָס דען פֿרעגסטו אױף
מ ַײן נאָמען? און ער האָט אים דאָרטן געבענטשט.
31און יעקב האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם אָרט פּני ֵאל ,װ ַײל:
איך האָב געזען גאָט פּנים ֶאל פּנים ,און מ ַײן זעל איז ניצול געװאָרן.
32און די זון איז אים אױפֿגעגאַנגען װי ער איז אַריבערגעגאַנגען
פּני ֵאל .און ער האָט געהונקען אױף ז ַײן דיך.
33דרום עסן ניט די קינדער פֿון ישׂראל דעם שפּרינגאָדער װאָס
אױפֿן לעפֿל פֿון דיך ,ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג; װ ַײל ער האָט אָנגערירט
דאָס לעפֿל פֿון יעקבס דיך ,דעם שפּרינגאָדער.
1און יעקב האָט אױפֿגעהױבן ז ַײנע אױגן ,און האָט אַ קוק
געטאָן ,ערשט ֵע ָשׂו קומט אָן ,און פֿיר הונדערט מאַן מיטלג
אים; האָט ער א ַײנגעטײלט די קינדער צו לאהן ,און צו רחלען ,און
צו די צװײ דינסטן 2 .און ער האָט געשטעלט די דינסטן און זײערע
קינדער צוערשט ,און לאהן און אירע קינדער הינטער זײ ,און רחלען
און יוֹספֿן די לעצטע 3 .און ער איז אַװעק זײ פֿאַרױס ,און ער האָט
זיך געבוקט צו דער ערד זיבן מאָל ביז ער האָט גענענט צו ז ַײן
ברודער.
4איז ֵע ָשׂו אים געלאָפֿן אַנטקעגן ,און ער האָט אים אַרומגענומען,
און איז אים געפֿאַלן אױפֿן האַלדז ,און האָט אים געקושט ,און זײ
האָבן געװײנט 5 .און ער האָט אױפֿגעהױבן ז ַײנע אױגן ,און האָט
געזען די װ ַײבער און די קינדער ,און ער האָט געזאָגט :װער ז ַײנען די