Page 71 - Breyshis
P. 71

‫בראשית‬

‫אַװעקרױבן ד ַײנע טעכטער פֿון מיר‪ 32 .‬ב ַײ װעמען אָבער דו װעסט‬
‫געפֿינען ד ַײן גאָט‪ ,‬דער זאָל ניט לעבן‪ .‬פֿאַר אונדזערע ברידער‬
‫דערקען װאָס איז ד ַײנס ב ַײ מיר‪ ,‬און נעם דיר צו‪ .‬און יעקב האָט ניט‬

                                   ‫געװוּסט אַז רחל האָט עס געגנבעט‪.‬‬

‫‪ 33‬איז ָל ָבן אַר ַײנגעגאַנגען אין דעם געצעלט פֿון יעקבן‪ ,‬און אין דעם‬
‫געצעלט פֿון לאהן‪ ,‬און אין דעם געצעלט פֿון די צװײ דינסטן‪ ,‬און ער‬
‫האָט ניט געפֿונען; און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון לאהס געצעלט‪,‬‬
‫און איז אַר ַײנגעגאַנגען אין דעם געצעלט פֿון רחלען‪ 34 .‬און רחל‬
‫האָט גענומען דעם תּ ָרפֿים‪ ,‬און האָט אים אַר ַײנגעטאָן אין זאָטלקישן‬
‫פֿון דעם קעמל‪ ,‬און האָט זיך געזעצט דערױף; און ָל ָבן האָט‬
‫אַרומגעטאַפּט דאָס גאַנצע געצעלט‪ ,‬און האָט ניט געפֿונען‪ 35 .‬האָט‬
‫זי געזאָגט צו איר פֿאָטער‪ :‬זאָל ניט פֿאַרדריסן אין די אױגן פֿון מ ַײן‬
‫האַר‪ ,‬װאָס איך קען ניט אױפֿשטײן פֿאַר דיר‪ ,‬װ ַײל דער שטײגער פֿון‬
‫װ ַײבער איז ב ַײ מיר‪ .‬און ער האָט געזוכט‪ ,‬און האָט ניט געפֿונען דעם‬

                                                                ‫תּ ָרפֿים‪.‬‬

‫‪ 36‬האָט יעקבן פֿאַרדראָסן‪ ,‬און ער האָט זיך געקריגט מיט ָל ָבנען‪ .‬און‬
‫יעקב האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צו ָל ָבנען‪ :‬װאָס איז מ ַײן‬
‫פֿאַרברעך‪ ,‬װאָס איז מ ַײן חטא‪ ,‬װאָס דו האָסט מיך נאָכגעיאָגט? ‪37‬‬
‫אַז דו האָסט דורכגעטאַפּט אַלע מ ַײנע זאַכן‪ ,‬װאָס האָסטו געפֿונען‬
‫פֿון אַלע ד ַײנע ְכּ ֵלי‪-‬בית? לײג עס דאָ פֿאַר מ ַײנע ברידער און ד ַײנע‬
‫ברידער‪ ,‬און זאָלן זײ אַנטשײדן צװישן אונדז בײדן‪ 38 .‬פֿאַר די‬
‫צװאַנציק יאָר װאָס איך בין געװען מיט דיר‪ ,‬האָבן ד ַײנע שעפּסן און‬
‫ד ַײנע ציגן ניט פֿאַר װאָרפֿן‪ ,‬און די װידערס פֿון ד ַײנע שאָף האָב איך‬
‫ניט געגעסן‪ 39 .‬אַ פֿאַרצוקטע האָב איך ניט געבראַכט צו דיר; איך‬
‫פֿלעג ל ַײדן איר שאָדן; פֿון מ ַײן האַנט פֿלעגסטו עס אױפֿמאָנען‪,‬‬
‫געגנבעט ב ַײ טאָג‪ ,‬צי געגנבעט ב ַײ נאַכט‪ 40 .‬ב ַײ טאָג פֿלעגט מיך‬
‫אױפֿעסן די היץ‪ ,‬און דער פֿראָסט ב ַײ נאַכט; און מ ַײן שלאָף האָט‬
‫געװ ַײכט פֿון מ ַײנע אױגן‪ 41 .‬פֿאַר צװאַנציק יאָר בין איך געװען אין‬
‫ד ַײן הױז‪ :‬פֿערצן יאָר האָב איך דיר געדינט פֿאַר ד ַײנע צװײ טעכטער‪,‬‬
‫און זעקס יאָר פֿאַר ד ַײנע שאָף; און דו האָסט געביטן מ ַײן לױן צען‬
‫מאָל‪ 42 .‬װען ניט דער גאָט פֿון מ ַײן פֿאָטער‪ ,‬דער גאָט פֿון אבֿרהמען‬
‫און די פֿאָרכט פֿון יצחקן‪ ,‬װאָלט געװען מיט מיר‪ ,‬װאָלסטו מיך‬
‫אַצונד אַװעקגעשיקט מיט לײדיקן‪ .‬גאָט האָט געזען מ ַײן פּ ַײן און די‬
   66   67   68   69   70   71   72   73   74   75   76