Page 68 - Breyshis
P. 68

‫בראשית‬

‫בעק‪ ,‬און אַלע געשפּרענקלטע און געפֿלעקטע ציגן‪ ,‬איטלעכס װאָס‬
‫האָט אױף זיך װ ַײס‪ ,‬און איטלעך טונקלס צװישן די שעפּסן‪ ,‬און ער‬
‫האָט זײ איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון ז ַײנע זין‪ 36 .‬און ער האָט‬
‫געמאַכט דר ַײ טעג װעגס צװישן זיך און צװישן יעקבן‪ .‬און יעקב‬

                               ‫האָט געפֿיטערט ָל ָבנס איבעריקע שאָף‪.‬‬

‫‪ 37‬האָט יעקב זיך גענומען פֿ ַײכטע שטעקלעך פֿון טאָפּאָל‪,‬‬
‫און מאַנדלבױם‪ ,‬און פּלאַטאַנענבױם‪ ,‬און ער האָט אױסגעשײלט‬
‫אױף זײ װ ַײסע אױסשײלונגען‪ ,‬אָפּדעקנדיק דאָס װ ַײסע װאָס אױף די‬
‫שטעקלעך‪ 38 .‬און ער האָט אַר ַײנגעשטעלט די שטעקלעך װאָס ער‬
‫האָט אַרומגעשײלט‪ ,‬אין די קאָריטעס‪ ,‬אין די װאַסעררינעס װוּ די‬
‫שאָף קומען טרינקען‪ ,‬אַקעגן די שאָף; און זײ האָבן זיך געפּאָרט אַז‬
‫זײ ז ַײנען געקומען טרינקען‪ 39 .‬און די שאָף האָבן זיך געפּאָרט פֿאַר‬
‫די שטעקלעך‪ ,‬און די שאָף האָבן געבאָרן געשטר ַײפטע‪,‬‬
‫געשפּרענקלטע‪ ,‬און געפלעקטע‪ 40 .‬און די לעמער האָט יעקב‬
‫אָפּגעשײדט – און ער האָט צוגעקערט די פּנימער פֿון די שאָף אין‬
‫ָל ָבנס שאָף צו די געשטר ַײפֿטע און אַלע טונקעלע – און האָט זיך‬
‫געמאַכט סטאַדעס באַזונדער‪ ,‬און האָט זײ ניט געשטעלט מיט ָל ָבנס‬
‫שאָף‪ 41 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װען נאָר די שטאַרקע שאָף האָבן זיך‬
‫געפּאָרט‪ ,‬אַזױ פֿלעגט יעקב אַר ַײנטאָן די שטעקלעך פֿאַר די אױגן פֿון‬
‫די שאָף אין די קאָריטעס‪ ,‬כּדי זײ זאָלן זיך פּאָרן ב ַײ די שטעקלעך; ‪42‬‬
‫אָבער אַז די שאָף ז ַײנען געװען שװאַכע‪ ,‬פֿלעגט ער ניט אַר ַײנטאָן;‬
‫אַזױ פֿלעגן די שװאַכע אָנקומען ָל ָבנען‪ ,‬און די שטאַרקע יעקבן‪43 .‬‬
‫און דער מאַן איז געװאָרן זײער זײער ר ַײך‪ ,‬און ער האָט געהאַט פֿיל‬

              ‫שאָף‪ ,‬און דינסטן און קנעכט‪ ,‬און קעמלען און אײזלען‪.‬‬

‫‪ 1‬און ער האָט געהערט די װערטער פֿון ָל ָבנס זין‪ ,‬אַזױ צו‬

‫זאָגן‪ :‬יעקב האָט צוגענומען אַלץ װאָס אונדזער פֿאָטערלא‬

‫האָט געהאַט‪ ,‬און פֿון אונדזער פֿאָטערס האָב האָט ער געמאַכט די‬
‫דאָזיקע גאַנצע ר ַײכקײט‪ 2 .‬און יעקב האָט געזען אָן ָל ָבנס פּנים‪,‬‬
‫ערשט ער איז ניט צו אים װי נעכטן‪-‬אײערנעכטן‪ 3 .‬און גאָט האָט‬
‫געזאָגט צו יעקבן‪ :‬קער זיך אום צו דעם לאַנד פֿון ד ַײנע עלטערן‪ ,‬און‬

                         ‫צו ד ַײן אָפּשטאַם‪ ,‬און איך װעל ז ַײן מיט דיר‪.‬‬
   63   64   65   66   67   68   69   70   71   72   73