Page 63 - Breyshis
P. 63

‫בראשית‬

‫געװען גרױס‪ 3 .‬און אַז דאָרטן האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט אַלע‬
‫סטאַדעס‪ ,‬האָט מען אַראָפּגעק ַײקלט דעם שטײן פֿון דעם מױל פֿון‬
‫ברונעם‪ ,‬און מע האָט אָנגעטרונקען די שאָף‪ ,‬און אומגעקערט דעם‬

                    ‫שטײן אױפֿן מױל פֿון דעם ברונעם אױף ז ַײן אָרט‪.‬‬

‫‪ 4‬האָט יעקב צו זײ געזאָגט‪ :‬פֿון װאַנען ז ַײט איר‪ ,‬מ ַײנע ברידער?‬
‫האָבן זײ געזאָגט‪ :‬פֿון ָח ָרן ז ַײנען מיר‪ 5 .‬האָט ער צו זײ געזאָגט‪:‬‬
‫קענט איר ָל ָבן דעם זון פֿון ָנחוֹרן? האָבן זײ געזאָגט‪ :‬מיר קענען‪6 .‬‬
‫האָט ער צו זײ געזאָגט‪ :‬איז פֿריד צו אים? האָבן זײ געזאָגט‪ :‬פֿריד;‬
‫און אָן קומט ז ַײן טאָכטער רחל מיט די שאָף‪ 7 .‬האָט ער צו זײ‬
‫געזאָגט‪ :‬זעט‪ ,‬דער טאָג איז נאָך גרױס‪ ,‬נאָך ניט צ ַײט דאָס פֿי זאָל‬
‫א ַײנגעזאַמלט װערן; טרינקט אָן די שאָף‪ ,‬און גײט פֿיטערט‪ 8 .‬האָבן‬
‫זײ געזאָגט‪ :‬מיר קענען ניט‪ ,‬ביז װאַנען אַלע סטאַדעס װעלן זיך‬
‫צונױפֿזאַמלען‪ ,‬און מע װעט אַראָפּק ַײקלען דעם שטײן פֿון דעם מױל‬

                      ‫פֿון ברונעם; און מיר װעלן אָנטרינקען די שאָף‪.‬‬

‫‪ 9‬װי ער רעדט נאָך מיט זײ‪ ,‬אַזױ איז רחל אונטערגעקומען מיט איר‬
‫פֿאָטערס שאָף; װאָרום זי איז געװען אַ פּאַסטוכערין‪ 10 .‬און עס איז‬
‫געװען‪ ,‬װי יעקב האָט דערזען רחלען‪ ,‬די טאָכטער פֿון ָל ָבן‪ ,‬ז ַײן‬
‫מוטערס ברודער‪ ,‬און די שאָף פֿון ָל ָבן‪ ,‬ז ַײן מוטערס ברודער‪ ,‬אַזױ‬
‫האָט יעקב גענענט‪ ,‬און האָט אַראָפּגעק ַײקלט דעם שטײן פֿון דעם‬
‫מױל פֿון ברונעם‪ ,‬און האָט אָנגעטרונקען די שאָף פֿון ָל ָבן‪ ,‬ז ַײן‬
‫מוטערס ברודער‪ 11 .‬און יעקב האָט געקושט רחלען‪ ,‬און האָט‬
‫אױפֿגעהױבן ז ַײן ָקול און האָט געװײנט‪ 12 .‬און יעקב האָט דערצײלט‬
‫רחלען אַז ער איז איר פֿאָטערס אַן אײגענער‪ ,‬און אַז ער איז רבקהס‬

          ‫אַ זון; און זי איז געלאָפֿן‪ ,‬און האָט אָנגעזאָגט איר פֿאָטער‪.‬‬

‫‪ 13‬און עס איז געװען‪ ,‬װי ָל ָבן האָט געהערט די הערונג װעגן יעקב‪,‬‬
‫ז ַײן שװעסטערס זון‪ ,‬אַזױ איז ער אים געלאָפֿן אַנטקעגן‪ ,‬און ער האָט‬
‫אים געהאַלדזט און אים געקושט‪ ,‬און האָט אים אַר ַײנגעבראַכט אין‬
‫ז ַײן הױז‪ .‬און ער האָט דערצײלט ָל ָבנען אַלע יענע געשעענישן‪14 .‬‬
‫און ָל ָבן האָט צו אים געזאָגט‪ :‬פֿאַר װאָר‪ ,‬מ ַײן ביין און מ ַײן פֿלײש‬

                                                                 ‫ביסטו‪.‬‬

                            ‫און ער איז געזעסן ב ַײ אים אַ חוֹדש צ ַײט‪.‬‬
   58   59   60   61   62   63   64   65   66   67   68