Page 59 - Breyshis
P. 59
בראשית
װאָס גאָט האָט עס געבענטשט.
28און גאָט זאָל דיר געבן פֿון דעם טױ פֿון הימל,
און פֿון די פֿעטקײטן פֿון דער ערד,
און פֿיל תּבואה און װ ַײן.
29פֿעלקער זאָלן דיר דינען,
און אומות זאָלן זיך בוקן צו דיר.
ז ַײ אַ האַר איבער ד ַײנע ברידער,
און די זין פֿון ד ַײן מוטער זאָלן זיך בוקן צו דיר.
פֿאַרשאָלטן די װאָס שילטן דיך,
און געבענטשט די װאָס בענטשן דיך!
30און עס איז געװען ,אַז יצחק האָט געענדיקט בענטשן יעקבן ,איז
װי נאָר יעקב איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר ז ַײן פֿאָטער יצחקן ,אַזױ
איז ז ַײן ברודער ֵע ָשׂו אָנגעקומען פֿון ז ַײן געיעג 31 .און ער אױך האָט
געמאַכט אַ מאכל און געבראַכט צו ז ַײן פֿאָטער; און ער האָט געזאָגט
צו ז ַײן פֿאָטער :זאָל מ ַײן פֿאָטער אױפֿשטײן ,און עסן פֿון ז ַײן זונס
געפֿאַנג ,כּדי ד ַײן זעל זאָל מיך בענטשן 32 .האָט ז ַײן פֿאָטער יצחק צו
אים געזאָגט :װער ביסטו? האָט ער געזאָגט :איך בין ד ַײן זון ,ד ַײן
ב ָכור ֵע ָשׂו 33 .האָט יצחק געציטערט זײער אַ גרױס ציטערניש און
ער האָט געזאָגט :ה ַײנט װער איז דער װאָס האָט געפֿאַנגען אַ
געפֿאַנג און מיר געבראַכט ,און איך האָב געגעסן פֿון אַלץ אײדער דו
ביסט געקומען ,און איך האָב אים געבענטשט? ער װעט אױך ז ַײן
געבענטשט.
34װי ֵע ָשׂו האָט געהערט די װערטער פֿון ז ַײן פֿאָטער ,אַזױ האָט ער
אױסגעשריען אַ זײער גרױס און ביטער געשרײ ,און ער האָט געזאָגט
צו ז ַײן פֿאָטער :בענטש מיך אױך ,מ ַײן פֿאָטער 35 .האָט ער געזאָגט:
ד ַײן ברודער איז געקומען מיט באַטרוג ,און האָט צוגענומען ד ַײן
ברכה 36 .האָט ער געזאָגט :צי דען רופֿט מען ז ַײן נאָמען יעקב ,װ ַײל
ער האָט מיר שױן צװײ מאָל אױסגענאַרט? מ ַײן בכוֹרה האָט ער
צוגענומען ,און אָט האָט ער אַצונד צוגענומען מ ַײן ברכה .און ער
האָט געזאָגט :האָסטו ניט באַהאַלטן פֿאַר מיר אַ ברכה? 37האָט
יצחק געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו ֵע ָשׂון :זע ,איך האָב אים
געמאַכט פֿאַר אַ האַר איבער דיר ,און אַלע ז ַײנע ברידער האָב איך
אים געגעבן פֿאַר קנעכט ,און מיט תּבואה און װ ַײן האָב איך אים