Page 57 - Breyshis
P. 57

‫בראשית‬

‫‪ 33‬האָט ער אים גערופֿן ִש ְב ָעה‪ .‬דרום איז דער נאָמען פֿון דער‬
                             ‫שטאָט ב ֵאר‪ֶ -‬ש ַבע ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬

‫‪ 34‬און אַז ֵע ָשׂו איז געװען פֿערציק יאָר אַלט‪ ,‬האָט ער גענומען‬
‫פֿאַר אַ װ ַײב יהודית די טאָכטער פֿון ב ֵארי דעם ִחתּי‪ ,‬און בשׂ ַמת‬
‫די טאָכטער פֿון ֵאילוֹן דעם ִחתּי‪ 35 .‬און זײ ז ַײנען געװען אַ‬

                         ‫האַרצביטערניש פֿאַר יצחקן און פֿאַר רבקהן‪.‬‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז יצחק איז אַלט געװאָרן‪ ,‬און ז ַײנע‬

‫אױגן ז ַײנען געװאָרן צו טונקל צו זען‪ ,‬האָט ער גערופֿן ז ַײןכז‬

‫עלטערן זון ֵע ָשׂון‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬מ ַײן זון! האָט ער צו‬
‫אים געזאָגט‪ :‬דאָ בין איך‪ 2 .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬זע נאָר‪ ,‬איך בין אַלט‪,‬‬
‫איך װײס ניט דעם טאָג פֿון מ ַײן טױט‪ 3 .‬דרום נעם אַצונד‪ ,‬איך בעט‬
‫דיך‪ ,‬ד ַײנע װאַפֿן‪ ,‬ד ַײן פֿ ַײלב ַײטל און ד ַײן בױגן‪ ,‬און גײ אַרױס אין‬
‫פֿעלד‪ ,‬און פֿאַנג מיר אַ געפֿאַנג; ‪ 4‬און מאַך מיר אַ מאכל אַזױ װי איך‬
‫האָב ליב‪ ,‬און ברענג מיר‪ ,‬און איך װעל עסן; כּדי מ ַײן זעל זאָל דיך‬

                                          ‫בענטשן אײדער איך שטאַרב‪.‬‬

‫‪ 5‬און רבקה האָט געהערט װי יצחק רעדט צו ז ַײן זון ֵע ָשׂון‪ .‬און ֵע ָשׂו‬
‫איז אַװעקגעגאַנגען אין פֿעלד‪ ,‬צו פֿאַנגען אַ געפֿאַנג אױף צו‬
‫ברענגען‪ 6 .‬האָט רבקה געזאָגט צו איר זון יעקבן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זע‪,‬‬
‫איך האָב געהערט ד ַײן פֿאָטער רעדן צו ד ַײן ברודער ֵע ָשׂון‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ 7 :‬ברענג מיר אַ געפֿאַנג‪ ,‬און מאַך מיר אַ מאכל‪ ,‬און איך װעל‬
‫עסן‪ ,‬און איך װעל דיך בענטשן פֿאַר גאָט פֿאַר מ ַײן טױט‪ 8 .‬איז‬
‫אַצונד‪ ,‬מ ַײן זון‪ ,‬הער צו מ ַײן ָקול לױט װי איך באַפֿעל דיר‪ 9 .‬גײ‬
‫אַקאָרשט צו די שאָף‪ ,‬און ברענג מיר פֿון דאָרטן צװײ גוטע‬
‫ציגנבעקלעך‪ ,‬און איך װעל פֿון זײ מאַכן אַ מאכל פֿאַר ד ַײן פאָטער‪,‬‬
‫אַזױ װי ער האָט ליב‪ 10 .‬און װעסט ברענגען צו ד ַײן פֿאָטער‪ ,‬ער זאָל‬

                         ‫עסן‪ ,‬כּדי ער זאָל דיך בענטשן פֿאַר ז ַײן טױט‪.‬‬

‫‪ 11‬האָט יעקב געזאָגט צו ז ַײן מוטער רבקהן‪ :‬זע‪ ,‬מ ַײן ברודער ֵע ָשׂו‬
‫איז אַ מענטש אַ האָריקער‪ ,‬און איך בין אַ מענטש אַ גלאַטער‪12 .‬‬
‫טאָמער װעט מיך מ ַײן פֿאָטער אָנטאַפּן‪ ,‬װעל איך ז ַײן אין ז ַײנע אױגן‬
‫אַזױ װי אַן אָפּנאַרער‪ ,‬און איך װעל ברענגען אױף מיר אַ קללה‪ ,‬און‬

                                                           ‫ניט אַ ברכה‪.‬‬
   52   53   54   55   56   57   58   59   60   61   62