Page 54 - Breyshis
P. 54

‫בראשית‬

‫‪ 29‬האָט יעקב אײן מאָל געקאָכט אַ געקעכטס‪ ,‬און ֵע ָשׂו איז‬
‫אָנגעקומען פֿון פֿעלד‪ ,‬און ער איז געװען פֿאַרשמאַכט‪ 30 .‬האָט ֵע ָשׂו‬
‫געזאָגט צו יעקבן‪ :‬לאָז מיך אַ שלונג טאָן‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬פֿון דעם‬
‫דאָזיקן רױטן‪-‬רױטן‪ ,‬װאָרום איך בין פֿאַרשמאַכט; דרום האָט מען‬
‫גערופֿן ז ַײן נאָמען ֶאדום‪ 31 .‬האָט יעקב געזאָגט‪ :‬פֿאַרקױף מיר‬
‫אַקאָרשט ד ַײן בכוֹרה‪ 32 .‬האָט ֵע ָשׂו געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬איך גײ צום‬
‫שטאַרבן‪ ,‬און צו װאָס מיר דען בכוֹרה? ‪ 33‬האָט יעקב געזאָגט‪:‬‬
‫שװער מיר אַקאָרשט‪ .‬האָט ער אים געשװאָרן‪ ,‬און ער האָט‬
‫פֿאַרקױפֿט ז ַײן בכוֹרה צו יעקבן‪ 34 .‬און יעקב האָט געגעבן ֵע ָשׂון‬
‫ברױט און געקעכטס פֿון לינדזן; און ער האָט געגעסן און‬
‫געטרונקען‪ ,‬און איז אױפֿגעשטאַנען און אַװעקגעגאַנגען‪ .‬אַזױ האָט‬

                                               ‫ֵע ָשׂו פֿאַראַכט די בכוֹרה‪.‬‬

‫‪ 1‬און עס איז געװאָרן אַ הונגער אין לאַנד‪ ,‬אַחוץ דעם‬

‫פֿריערדיקן הונגער‪ ,‬װאָס איז געװען אין די טעג פֿון אבֿרהמען;כו‬

‫און יצחק איז געגאַנגען צו אבֿי ֶמ ֶלך דעם מלך פֿון די פּ ִלשתּים‪ ,‬קײן‬
‫ג ָרר‪ 2 .‬און גאָט האָט זיך באַװיזן צו אים‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬זאָלסט‬
‫ניט נידערן קײן ִמצ ַר ִים‪ ,‬װױן אין דעם לאַנד װאָס איך װעל דיר זאָגן‪.‬‬
‫‪ 3‬האַלט זיך אױף אין דעם דאָזיקן לאַנד‪ ,‬און איך װעל ז ַײן מיט דיר‪,‬‬
‫און װעל דיך בענטשן; װאָרום צו דיר און צו ד ַײן זאָמען װעל איך‬
‫געבן אַלע די דאָזיקע לענדער‪ ,‬און איך װעל מקיים ז ַײן די שבועה‬
‫װאָס איך האָב געשװאָרן צו ד ַײן פֿאָטער אבֿרהמען‪ 4 .‬און איך װעל‬
‫מערן ד ַײן זאָמען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל‪ ,‬און װעל געבן צו ד ַײן‬
‫זאָמען אַלע די דאָזיקע לענדער; און בענטשן װעלן זיך מיט ד ַײן‬
‫זאָמען אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד; ‪ 5‬דערפֿאַר װאָס אבֿרהם האָט‬
‫צוגעהערט צו מ ַײן ָקול‪ ,‬און האָט געהיט מ ַײן היטונג‪ ,‬מ ַײנע געבאָט‪,‬‬

                                   ‫מ ַײנע געזעצן‪ ,‬און מ ַײנע לערנונגען‪.‬‬

‫‪ 6‬און יצחק האָט זיך באַזעצט אין ג ָרר‪ 7 .‬האָבן די מענטשן פֿון דעם‬
‫אָרט געפֿרעגט װעגן ז ַײן װ ַײב‪ ,‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬זי איז מ ַײנע אַ‬
‫שװעסטער; װאָרום ער האָט מוֹרא געהאַט צו זאָגן »מ ַײן װ ַײב«;‬
‫»טאָמער װעלן די מענטשן פֿון דעם אָרט מיך הרגען איבער רבקהן‪,‬‬

                                         ‫װ ַײל זי איז שײן פֿון אױסזען«‪.‬‬
   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59