Page 55 - Breyshis
P. 55

‫בראשית‬

‫‪ 8‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז ער איז דאָרטן אָפּגעװען אַ לאַנגע צ ַײט‪,‬‬
‫האָט אבֿי ֶמ ֶלך דער מלך פֿון די פּ ִלשתּים אַרױסגעקוקט דורכן‬
‫פֿענצטער‪ ,‬און געזען‪ ,‬ערשט יצחק שטיפט מיט ז ַײן װ ַײב רבקהן‪9 .‬‬
‫האָט אבֿי ֶמ ֶלך גערופֿן יצחקן‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬זי איז דאָך גאָר ד ַײן‬
‫װ ַײב‪ ,‬און װי אַזױ האָסטו געזאָגט‪ :‬זי איז מ ַײנע אַ שװעסטער? האָט‬
‫יצחק צו אים געזאָגט‪ :‬װ ַײל איך האָב געקלערט‪ :‬איך װעל נאָך‬
‫אומקומען איבער איר‪ 10 .‬האָט אבֿי ֶמ ֶלך געזאָגט‪ :‬װאָס האָסטו דאָ‬
‫געטאָן צו אונדז? שיר‪-‬שיר װאָלט אײנער פֿון פאָלק געלעגן מיט ד ַײן‬

                     ‫װ ַײב‪ ,‬און װאָסלט געבראַכט אױף אונדז אַ שולד‪.‬‬

‫‪ 11‬און אבֿי ֶמ ֶלך האָט באַפױלן דעם גאַנצן פאָלק‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬דער‬
‫װאָס רירט אָן דעם דאָזיקן מאַן אָדער ז ַײן װ ַײב‪ ,‬װעט טײטן געטײט‬

                                                                  ‫װערן‪.‬‬

‫‪ 12‬און יצחק האָט געזײט אין יענעם לאַנד‪ ,‬און האָט געקריגן אין‬
‫יענעם יאָר הונדערט מאָל אַזױ פֿיל; און גאָט האָט אים געבענטשט‪.‬‬
‫‪ 13‬און דער מאַן איז געװאָרן ר ַײך‪ ,‬און איז נאָכאַנאַנד ר ַײכער‬
‫געװאָרן‪ ,‬ביז ער איז געװאָרן זײער ר ַײך‪ 14 .‬און ער האָט געהאַט‬
‫סטאַדעס שאָף‪ ,‬און סטאַדעס רינדער‪ ,‬און פֿיל קנעכט; און די‬
‫פּ ִלשתּים האָבן אים מקנא געװען‪ 15 .‬און אַלע ברונעמער װאָס די‬
‫קנעכט פֿון ז ַײן פֿאָטער האָבן געגראָבן אין די טעג פֿון ז ַײן פֿאָטער‬
‫אבֿרהמען‪ ,‬האָבן די פּ ִלשתּים זײ פֿאַרשטאָפּט‪ ,‬און זײ אָנגעפֿילט מיט‬
‫ערד‪ 16 .‬און אבֿי ֶמ ֶלך האָט געזאָגט צו יצחקן‪ :‬גײ אַװעק פֿון אונדז‪,‬‬

                              ‫װאָרום ביסט פֿיל מאַכטיקער פֿון אונדז‪.‬‬

‫‪ 17‬איז יצחק אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן‪ ,‬און האָט געלאַגערט אין‬
‫טאָל פֿון ג ָרר‪ ,‬און האָט זיך דאָרטן באַזעצט‪ 18 .‬און יצחק האָט‬
‫װידער אױפֿגעגראָבן די װאַסערברונעמער װאָס מע האָט געגראָבן‬
‫אין די טעג פֿון ז ַײן פֿאָטער אבֿרהמען‪ ,‬און די פּ ִלשתּים האָבן זײ‬
‫פֿאַרשטאָפּט נאָך דעם טױט פֿון אבֿרהמען; און ער האָט זײ גערופֿן‬
‫מיט נעמען אַזױ װי די נעמען װאָס ז ַײן פֿאָטער האָט זײ גערופֿן‪19 .‬‬
‫און די קנעכט פֿון יצחקן האָבן געגראָבן אין טאָל‪ ,‬און האָבן דאָרטן‬
‫געפונען אַ ברונעם לעבעדיקע װאַסער‪ 20 .‬האָבן זיך געקריגט די‬
‫פּאַסטוכער פֿון ג ָרר מיט די פּאַסטוכער פֿון יצחקן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫אונדז געהערט דאָס װאַסער‪ .‬און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון‬
‫דעם ברונעם ֵע ֶשׂק‪ ,‬װ ַײל זײ האָבן זיך גע ֵע ֶסקט מיט אים‪ 21 .‬און זײ‬
   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59   60