Page 53 - Breyshis
P. 53

‫בראשית‬

‫געװאָרן צו ז ַײן פֿאָלק‪ 18 – .‬און זײ האָבן געװױנט פֿון ַח ִוי ָלה ביז שור‬
‫װאָס פֿאַר ִמצ ַר ִים‪ ,‬װי דו גײסט קײן אַשור; אין געזיכט פֿון אַלע ז ַײנע‬

                                         ‫ברידער האָט ער זיך באַזעצט‪.‬‬

                ‫תּוֹ ְלדֹת‬

‫‪ 19‬און דאָס איז די געשיכטע פֿון יצחק‪ ,‬אבֿרהמס זון‪ :‬אבֿרהם האָט‬
‫געבאָרן יצחקן‪ 20 .‬און יצחק איז געװען פֿערציק יאָר אַלט‪ ,‬װען ער‬
‫האָט זיך גענומען רבקה‪ ,‬די טאָכטער פֿון בתו ֵאל דעם אַ ַרמי פֿון ַפּ ַדן‪-‬‬
‫אַ ָרם‪ ,‬די שװעסטער פֿון ָל ָבן דעם אַ ַרמי‪ ,‬פֿאַר אַ װ ַײב‪ 21 .‬און יצחק‬
‫האָט געבעטן צו גאָט פֿון װעגן ז ַײן װ ַײב‪ ,‬װאָרום זי איז געװען אַן‬
‫עקרה; און גאָט האָט זיך געלאָזט דערבעטן פֿון אים‪ ,‬און רבקה ז ַײן‬

                                          ‫װ ַײב איז טראָגעדיק געװאָרן‪.‬‬

 ‫‪ 22‬און די קינדער האָבן זיך געשטױסן אין איר‪ ,‬און זי האָט געזאָגט‪:‬‬
   ‫אױב אַזױ‪ ,‬נאָך װאָס דען לעב איך? און זי איז געגאַנגען פֿרעגן ב ַײ‬
                               ‫גאָט‪ 23 .‬און גאָט האָט צו איר געזאָגט‪:‬‬
                                       ‫צװײ אומות ז ַײנען אין ד ַײן ל ַײב‪,‬‬
            ‫און צװײ פֿעלקער װעלן זיך פֿון ד ַײנע אינגעװײד צעשײדן‪,‬‬
                        ‫און אַ פֿאָלק פֿון אַ פֿאָלק װעט ז ַײן שטאַרקער‪,‬‬
                          ‫און דער עלטערער װעט דינען דעם יִינגערן‪.‬‬

‫‪ 24‬און אַז אירע טעג ז ַײנען פֿול געװאָרן צום געװינען‪ ,‬ערשט אַ‬
‫צװילינג איז אין איר ל ַײב‪ 25 .‬און דער ערשטער איז אַרױסגעקומען‬
‫אַ רױטער‪ ,‬אין גאַנצן אַזױ װי אַ האָריקער מאַנטל; און מע האָט‬
‫גערופֿן ז ַײן נאָמען ֵע ָשׂו‪ 26 .‬און דערנאָך איז אַרױסגעקומען ז ַײן‬
‫ברודער‪ ,‬און ז ַײן האַנט האָט צוגעהאַלטן דעם טריט פֿון ֵע ָשׂון; און‬
‫מע האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען ַי ֲעקב‪ .‬און יצחק איז געװען זעכציק יאָר‬

                                          ‫אַלט ב ַײ זײער געבאָרן װערן‪.‬‬

‫‪ 27‬און די י ִינגלעך ז ַײנען אױפֿגעװאַקסן; און ֵע ָשׂו איז געװען אַ‬
‫מענטש געניט אין געיעג‪ ,‬אַ פֿעלדמענטש‪ ,‬און יעקב איז געװען אַ‬
‫שטילער מענטש װאָס זיצט אין געצעלטן‪ 28 .‬און יצחק האָט ליב‬
‫געהאַט ֵע ָשׂון‪ ,‬װ ַײל דאָס געפֿאַנג איז אים געװען צום מױל; און רבקה‬

                                               ‫האָט ליב געהאַט יעקבן‪.‬‬
   48   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58