Page 51 - Breyshis
P. 51
בראשית
55האָט געזאָגט איר ברודער און איר מוטער :זאָל די מײדל בל ַײבן
ב ַײ אונדז אַ יאָר אָדער צען חדשים ,דערנאָך װעט זי גײן 56 .האָט
ער צו זײ געזאָגט :האַלט מיך ניט אױף ,אַז גאָט האָט באַגליקט מ ַײן
װעג .שיקט מיך אַװעק ,און לאָמיך גײן צו מ ַײן האַר 57 .האָבן זײ
געזאָגט :מיר װעלן רופֿן די מײדל ,און מיר װעלן פֿרעגן איר מױל58 .
האָבן זײ גערופֿן רבקהן ,און האָבן צו איר געזאָגט :װילסטו גײן מיט
דעם דאָזיקן מאַן? האָט זי געזאָגט :איך װיל גײן.
59האָבן זײ אַרױסבאַלײט זײער שװעסטער רבקהן ,און איר אַם ,און
אבֿרהמס קנעכט ,און ז ַײנע מענטשן 60 .און זײ האָבן געבענטשט
רבקהן ,און האָבן צו איר געזאָגט :אונדזער שװעסטער ,דו װער
טױזנטער מאָל צען טױזנט ,און ד ַײן זאָמען זאָל אַרבן דעם טױער פֿון
ז ַײנע פֿ ַײנט 61 .און רבקה איז אױפֿגעשטאַנען מיט אירע מײדלעך,
און זײ האָבן זיך אַרױפֿגעזעצט אױף די קעמלען ,און ז ַײנען געגאַנגען
נאָך דעם מאַן .און דער קנעכט האָט גענומען רבקהן ,און איז
אַװעקגעגאַנגען.
62און יצחק איז אָנגעקומען פֿון װוּ מע גײט קײן ב ֵארַ -ל ַחי-רוֹאי,
װאָרום ער איז געזעסן אין לאַנד פֿון ָדרום – 63און יצחק איז
אַרױסגעגאַנגען זיך דורכצוגײן אין פֿעלד אַקעגן אָװנט – האָט ער
אױפֿגעהױבן ז ַײנע אױגן און האָט אַ קוק געטאָן ,ערשט קעמלען
קומען אָן 64 .און רבקה האָט אױפֿגעהױבן אירע אױגן ,און האָט
דערזען יצחקן ,און זי האָט זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון קעמל 65 .און זי
האָט געזאָגט צו דעם קנעכט :װער איז יענער מאַן װאָס גײט אין
פֿעלד אונדז אַנטקעגן? האָט דער קנעכט געזאָגט :דאָס איז מ ַײן
האַר .האָט זי גענומען דעם שלײער ,און האָט זיך פֿאַרדעקט.
66און דער קנעכט האָט דערצײלט יצחקן אַלע זאַכן װאָס ער האָט
געטאָן 67 .און יצחק האָט זי אַר ַײנגעבראַכט אין דעם געצעלט פֿון
ז ַײן מוטער שׂרהן .און ער האָט גענומען רבקהן ,און זי איז אים
געװאָרן פֿאַר אַ װ ַײב; און ער האָט זי ליב געהאַט .און יצחק האָט זיך
געטרײסט נאָך ז ַײן מוטער.