Page 46 - Breyshis
P. 46
בראשית
10און ֶעפֿרון איז געזעסן צװישן די קינדער פֿון ֵחת; האָט ֶעפֿרון דער
ִחתּי געענטפֿערט אבֿרהמען אין די אױערן פֿון די קינדער פֿון ֵחת,
פֿאַר אַלע א ַײנגײער אין דעם טױער פֿון ז ַײן שטאָט ,אַזױ צו זאָגן11 :
נײן ,מ ַײן האַר ,הער מיך צו :דאָס פֿעלד שענק איך דיר ,אױך די הײל
װאָס דרינען שענק איך דיר; פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון מ ַײן
פֿאָלק שענק איך עס דיר; באַגראָב ד ַײן טױטן.
12האָט אבֿרהם זיך געבוקט פֿאַר דעם פֿאָלק פֿון לאַנד 13 ,און ער
האָט גערעדט צו ֶעפֿרונען אין די אױערן פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד,
אַזױ צו זאָגן :װען דו װאָלסט מיך נאָר צוהערן! איך גיב דאָס געלט
פֿאַרן פֿעלד ,נעם עס פֿון מיר ,און איך װעל דאָרטן באַגראָבן מ ַײן
טױטן.
14האָט ֶעפֿרון געענטפֿערט אבֿרהמען ,אים אַזױ צו זאָגן 15 :הער
מיך צו ,מ ַײן האַר ,לאַנד אין פֿיר הונדערט ֶשקל זילבער ,װאָס איז
דאָס צװישן מיר און צװישן דיר? און ד ַײן טױטן באַגראָב.
16האָט אבֿרהם צוגעהערט צו ֶעפֿרונען ,און אבֿרהם האָט אָפּגעװױגן
ֶעפֿרונען דאָס זילבער ,װאָס ער האָט געזאָגט אין די אױערן פֿון די
קינדער פֿון ֵחת ,פֿיר הונדערט ֶשקל זילבער ,גאַנגבאַר ב ַײם סוחר17 .
אַזױ איז געבליבן דאָס פֿעלד פֿון ֶעפֿרונען ,װאָס אין ַמכ ֵפּ ָלה ,װאָס
פֿאַר ַממ ֵרא ,דאָס פֿעלד מיט דער הײל װאָס דרינען ,און אַלע בײמער
װאָס אױפֿן פֿעלד ,װאָס אין ז ַײן גאַנצן געמאַרק רונד אַרום 18 ,דער
א ַײנקױף פֿון אבֿרהמען ,פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון ֵחת ,פֿאַר
אַלע א ַײנגײער אין דעם טױער פֿון ז ַײן שטאָט 19 .און דערנאָך האָט
אבֿרהם באַגראָבן ז ַײן װ ַײב שׂרהן אין דער הײל פֿון דעם פֿעלד פֿון
ַמכ ֵפּ ָלה פֿאַר ַממ ֵרא ,דאָס איז ֶחברון ,אין לאַנד כַּנ ַען 20 .אַזױ איז
געבליבן דאָס פֿעלד ,און די הײל װאָס דרינען ,ב ַײ אבֿרהמען פֿאַר אַ
קבֿר-אײגנטום ,פֿון די קינדער פֿון ֵחת.
1און אבֿרהם איז געװאָרן אַלט און באַטאָגט; און גאָט האָט
געבענטשט אבֿרהמען מיט אַלצדינג 2 .האָט אבֿרהם געזאָגטכד
צו ז ַײן קנעכט ,דעם עלטסטן פֿון ז ַײן הױז ,װאָס האָט געװעלטיקט
איבער אַלץ װאָס ער האָט געהאַט :טו ,איך בעט דיך ,ד ַײן האַנט
אונטער מ ַײן דיך 3 ,און איך װעל דיך באַשװערן ב ַײ יהוה דעם גאָט