Page 41 - Breyshis
P. 41
בראשית
8און דאָס קינד איז געװאַקסן ,און איז אַנטװױנט געװאָרן ,און
אבֿרהם האָט געמאַכט אַ גרױסן מאָלצ ַײט אין דעם טאָג װאָס יצחק
איז אַנטװױנט געװאָרן.
9און שׂרה האָט געזען דעם זון פֿון ָהָגר דער ִמצרית ,װאָס זי האָט
געבאָרן אבֿרהמען ,װי ער שפּילט זיך 10 .און זי האָט געזאָגט צו
אבֿרהמען :טר ַײב אַרױס די דאָזיקע דינסט און איר זון ,װאָרום דער
זון פֿון דער דאָזיקער דינסט װעט ניט ירשען מיט מ ַײן זון ,מיט
יצחקן.
11און די זאַך איז געװען זײער שלעכט אין די אױגן פֿון אבֿרהמען
פֿון װעגן ז ַײן זון 12 .האָט גאָט געזאָגט צו אבֿרהמען :זאָל ניט
שלעכט ז ַײן אין ד ַײנע אױגן איבער דעם י ִינגל ,און איבער דער
דינסט; אַלץ װאָס שׂרה זאָגט דיר ,הער זיך א ַײן צו איר קול ,װאָרום
אױף יצחקן װעט גערופֿן װערן ד ַײן זאָמען 13 .אָבער אױך דעם זון
פֿון דער דינסט װעל איך מאַכן פֿאַר אַ פֿאָלק ,װ ַײל ער איז ד ַײן
זאָמען.
14האָט אבֿרהם זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי ,און ער האָט גענומען
ברױט און אַ לאָגל װאַסער ,און געגעבן צו ָהָגרן – אַרױפֿגעטאָן אױף
איר אַקסל – און אױך דאָס קינד ,און האָט זי אַװעקגעשיקט; און זי
איז אַװעקגעגאַנגען ,און האָט אומגעבלאָנדזשעט אין דעם מדבר פֿון
ב ֵארֶ -ש ַבע 15 .איז דאָס װאַסער אױסגעגאַנגען פֿון לאָגל ,און זי האָט
אַװעקגעװאָרפֿן דאָס קינד אונטער אײנעם פֿון די בײמלעך 16 ,און זי
איז אַװעק און האָט זיך געזעצט אַקעגנאיבער פֿאַר אַ בױגנשאָס
װ ַײט ,װאָרום זי האָט געזאָגט :לאָמיך ניט זען װי דאָס קינד
שטאַרבט .און זי איז געזעסן אַקעגנאיבער ,און האָט אױפֿגעהױבן
איר קול און האָט געװײנט 17 .האָט גאָט געהערט דעם קול פֿון דעם
י ִינגל ,און אַ מלאך פֿון גאָט האָט גערופֿן צו ָהָגרן פֿון הימל ,און האָט
צו איר געזאָגט :װאָס איז דירָ ,הָגר? זאָלסט ניט מורא האָבן ,װאָרום
גאָט האָט צוגעהערט צו דעם קול פֿון דעם יִינגל אַװוּ ער איז דאָרט.
18שטײ אױף ,הײב אױף דעם י ִינגל ,און האַלט אים צו מיט ד ַײן
האַנט; װאָרום פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק װעל איך אים מאַכן.