Page 36 - Breyshis
P. 36
בראשית
4אײדער נאָך זײ האָבן זיך געלײגט ,האָבן די מענטשן פֿון שטאָט ,די
מענטשן פֿון סדום ,אַרומגערינגלט דאָס הױז ,פֿון יונג ביז אַלט ,דאָס
גאַנצע פֿאָלק פֿון עק צו עק 5 .און זײ האָבן גערופֿן צו לוטן ,און
האָבן צו אים געזאָגט :װוּ ז ַײנען די מענער װאָס ז ַײנען צו דיר
געקומען די נאַכט? ברענג זײ אַרױס צו אונדז ,מיר זאָלן זײ
דערקענען 6 .איז לוט אַרױסגעגאַנגען צו זײ אין א ַײנגאַנג ,און די טיר
האָט ער פֿאַרשלאָסן הינטער זיך 7 .און ער האָט געזאָגט :איך בעט
א ַײך ,מ ַײנע ברידער ,טוט ניט קײן שלעכטס 8 .אָט ,איך בעט א ַײך,
ז ַײנען ב ַײ מיר צװײ טעכטער װאָס װײסן ניט פֿון קײן מאַן ,לאָמיך זײ
אַרױסברענגען צו א ַײך ,און טוט מיט זײ װי עס איז גוט אין א ַײערע
אױגן ,נאָר די דאָזיקע מענער זאָלט איר קײן זאַך ניט טאָן ,אַזױ װי זײ
ז ַײנען געקומען אין דעם שאָטן פֿון מ ַײן דאַך 9 .האָבן זײ געזאָגט :גײ
אַװעק! און זײ האָבן געזאָגט :געקומען אײנער װױנען ,און משפּטן
װיל ער משפּטן! אַצונד װעלן מיר זיך מיט דיר נאָך ערגער באַגײן
װי מיט זײ .און זײ ז ַײנען זײער צוגעשטאַנען צו דעם מאַן ,צו לוטן,
און האָבן גענענט א ַײנצוברעכן די טיר 10 .האָבן די מענער
אױסגעשטרעקט זײער האַנט ,און אַר ַײנגעבראַכט לוטן צו זיך אין
הױז ,און די טיר האָבן זײ פֿאַרשלאָסן 11 .און די ל ַײט װאָס ב ַײם
א ַײנגאַנג פֿון הױז האָבן זײ געשלאָגן מיט בלינדקײט פֿון קלײן ביז
גרױס ,און זײ האָבן ניט געקענט געפֿינען דעם א ַײנגאַנג 12 .און די
מענער האָבן געזאָגט צו לוטן :װעמען נאָך האָסטו דאָ? אַן אײדים
אָדער ד ַײנע זין און ד ַײנע טעכטער ,אָדער װעמען נאָר דו האָסט אין
דער שטאָט ,פֿיר אַרױס פֿון דעם אָרט; 13װאָרום מיר צעשטערן
דעם דאָזיקן אָרט ,װ ַײל דאָס געשרײ װעגן זײ איז גרױס פֿאַר גאָט,
און גאָט האָט אונדז געשיקט זי צו צעשטערן.
14איז לוט אַרױסגעגאַנגען ,און האָט גערעדט צו ז ַײנע אײדימס ,די
װאָס האָבן גענומען ז ַײנע טעכטער ,און ער האָט געזאָגט :שטײט
אױף ,גײט אַרױס פֿון דעם דאָזיקן אָרט ,װאָרום גאָט צעשטערט די
שטאָט .און ער איז געװען װי אײנער װאָס מאַכט שפּאַס אין די אױגן
פֿון ז ַײנע אײדימס.
15און װי דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען ,אַזױ האָבן די מלאָכים
געא ַײלט לוטן ,אַזױ צו זאָגן :שטײ אױף ,נעם ד ַײן װ ַײב ,און ד ַײנע
צװײ טעכטער װאָס געפֿינען זיך דאָ ,כּדי זאָלסט ניט אומגעבראַכט
װערן דורך דער זינד פֿון דער שטאָט 16 .און אַז ער האָט געזאַמט,