Page 33 - Breyshis
P. 33

‫בראשית‬

‫װי גאָט האָט צו אים גערעדט‪ 24 .‬און אבֿרהם איז געװען נ ַײן און‬
‫נ ַײנציק יאָר אַלט‪ ,‬װען ער איז גע ַמלט געװאָרן אין דעם פֿלײש פֿון‬
‫ז ַײן פֿאָרהױט‪ 25 .‬און ז ַײן זון ִיש ָמ ֵעאל איז געװען דר ַײצן יאָר אַלט‪,‬‬
‫װען ער איז גע ַמלט געװאָרן אין דעם פֿלײש פֿון ז ַײן פֿאָרהױט‪ 26 .‬אין‬
‫דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג איז גע ַמלט געװאָרן אבֿרהם און ז ַײן זון‬
‫ִיש ָמ ֵעאל‪ 27 .‬און אַלע מאַנסל ַײט פֿון ז ַײן הױז‪ ,‬געבאָרן אין הױז‪,‬‬
‫אָדער געקױפֿט פֿאַר געלט פֿון אַ פֿרעמדן‪ ,‬ז ַײנען גע ַמלט געװאָרן מיט‬

                                                                   ‫אים‪.‬‬

                  ‫ַוֵי ָרא‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט זיך באַװיזן צו אים‪ ,‬ב ַײ די אײכנבײמער פֿון‬

‫ַממ ֵרא‪ ,‬װען ער איז געזעסן אין א ַײנגאַנג פֿון ז ַײן געצעלט‪ ,‬איןיח‬

‫דער היץ פֿון טאָג‪ 2 .‬און ער האָט אױפֿגעהױבן ז ַײנע אױגן און האָט‬
‫דערזען‪ ,‬ערשט דר ַײ מענער שטײען פֿאַר אים; און װי ער האָט זײ‬
‫דערזען‪ ,‬אַזױ איז ער זײ געלאָפֿן אַנטקעגן פֿון דעם א ַײנגאַנג פֿון‬
‫געצעלט‪ ,‬און האָט זיך געבוקט צו דער ערד‪ 3 .‬און ער האָט געזאָגט‪:‬‬
‫מ ַײן האַר‪ ,‬אױב‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬איך האָב געפֿונען ל ַײטזעליקײט אין‬
‫ד ַײנע אױגן‪ ,‬זאָלסטו‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬ניט אַװעקגײן פֿון ד ַײן קנעכט‪4 .‬‬
‫לאָז געבראַכט װערן אַ ביסל װאַסער‪ ,‬און װאַשט א ַײערע פֿיס‪ ,‬און‬
‫לענט א ַײך אָן אונטערן בױם‪ 5 .‬און איך װעל ברענגען אַ שטיקל‬
‫ברױט‪ ,‬און איר װעט אונטערלענען א ַײער האַרץ‪ ,‬דערנאָך װעט איר‬
‫גײן װ ַײטער; אַזױ װי איר ז ַײט שױן אַריבערגעקומען צו א ַײער‬
‫קנעכט‪ .‬האָבן זײ געזאָגט‪ :‬טו אַזױ װי דו האָסט גערעדט‪ 6 .‬האָט‬
‫אבֿרהם געא ַײלט אין געצעלט צו שׂרהן‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬א ַײל זיך!‬
‫דר ַײ ְסאָה זעמלמעל‪ ,‬פֿאַרקנעט און מאַך קוכנס‪ 7 .‬און צו די רינדער‬
‫איז אבֿרהם געלאָפֿן‪ ,‬און האָט גענומען אַ יונג רינד‪ ,‬װײך און פֿעט‪,‬‬
‫און געגעבן צום יונג; און ער האָט עס צוגעריכט אױף גיך‪ 8 .‬און ער‬
‫האָט גענומען שמאַנט און מילך‪ ,‬און דאָס יונגע רינד װאָס ער האָט‬
‫צוגעריכט‪ ,‬און האָט אַװעקגעשטעלט פֿאַר זײ; און ער איז געשטאַנען‬
‫פֿאַר זײ אונטערן בױם‪ ,‬און זײ האָבן געגעסן‪ 9 .‬האָבן זײ צו אים‬
‫געזאָגט‪ :‬װוּ איז שׂרה ד ַײן װ ַײב? האָט ער געזאָגט‪ :‬אָן אין געצעלט‪.‬‬
‫‪ 10‬האָט ער געזאָגט‪ :‬אומקערן װעל איך זיך אומקערן אַזױ װי איצט‬
‫איבער אַ יאָר‪ ,‬און זע‪ ,‬שׂרה ד ַײן װ ַײב װעט האָבן אַ זון‪ .‬און שׂרה‬
‫האָט זיך א ַײנגעהערט אין א ַײנגאַנג פֿון געצעלט װאָס הינטער אים‪.‬‬
   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37   38