Page 29 - Breyshis
P. 29
בראשית
אַרױסגײן פֿון ד ַײנע אינגעװײד ,ער װעט דיך ירשען 5 .און ער האָט
אים אַרױסגעפֿירט דרױסן ,און האָט געזאָגט :טו אַקאָרשט אַ קוק
אױפֿן הימל ,און צײל די שטערן ,אױב דו קענסט זײ איבערצײלן .און
ער האָט צו אים געזאָגט :אַזױ װעט ז ַײן ד ַײן זאָמען 6 – .און ער האָט
געגלױבט אין גאָט ,און ער האָט עס אים גערעכנט פֿאַר אַ
גערעכטיקײט.
7און ער האָט צו אים געזאָגט :איך בין יהוה װאָס האָט דיך
אַרױסגעצױגן פֿון אורַ -כּשׂדים ,דיר צו געבן דאָס דאָזיקע לאַנד ,עס
צו אַרבן 8 .האָט ער געזאָגט :גאָט דו האַר ,מיט װאָס װעל איך װיסן
אַז איך װעל עס אַרבן? 9האָט ער צו אים געזאָגט :נעם מיר אַ
דר ַײיאָריקע קו ,און אַ דר ַײיאָריקע ציג ,און אַ דר ַײיאָריקן װידער ,און
אַ טורטלטױב ,און אַ יונגע טױב 10 .האָט ער אים גענומען די אַלע,
און האָט זײ איבערגעשניטן אין מיטן ,און אַװעקגעלײגט אײן העלפֿט
קעגן דער אַנדערער; נאָר די פֿױגלען האָט ער ניט איבערגעשניטן11 .
האָבן די רױבפֿױגלען אַראָפּגענידערט אױף די פּגרים ,אָבער אבֿרם
האָט זײ אָפּגעטריבן.
12און װי די זון איז געװען ב ַײם אונטערגײן ,אַזױ איז אַ טיפֿער
שלאָף געפֿאַלן אױף אבֿרמען; ערשט אַן אימה ,אַ גרױס פֿינצטערניש,
פֿאַלט אָן אױף אים 13 .און ער האָט געזאָגט צו אבֿרמען :װיסן
זאָלסטו װיסן ז ַײן אַז ד ַײנע קינדער װעלן ז ַײן פֿרעמדע אין אַ לאַנד
װאָס ניט זײערס ,און מע װעט זײ פֿאַרקנעכטן ,און מע װעט זײ
פּ ַײניקן פֿיר הונדערט יאָר 14 .און אױך דאָס פֿאָלק װעמען זײ װעלן
דינען ,װעל איך משפּטן; און דערנאָך װעלן זײ אַרױסגײן מיט גרױס
פֿאַרמעג 15 .דו אָבער װעסט קומען צו ד ַײנע עלטערן בשלום; אין אַ
גוטער עלטער װעסטו באַגראָבן װערן 16 .און ערשט אין פֿירטן דור
װעלן זײ זיך אומקערן אַהער ,װאָרום די זינד פֿון דעם ֶאמורי װעט
ניט ז ַײן פֿאַרפֿול ביז דענצמאָל.
17און עס איז געװען ,װי די זון איז אונטערגעגאַנגען ,און עס איז
געװאָרן שטאָקפֿינצטער ,ערשט אַן אױװן מיט רױך ,און אַ
פֿלאַמפֿ ַײער װאָס איז דורכגעגאַנגען צװישן די דאָזיקע שטיקער18 .
אין יענעם טאָג האָט גאָט געשלאָסן אַ בונד מיט אבֿרמען ,אַזױ צו
זאָגן :צו ד ַײן זאָמען האָב איך געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד ,פֿון דעם
ט ַײך פֿון ִמצ ַר ִים ביז דעם גרױסן ט ַײך ,דעם ט ַײך פּ ָרת; 19דעם ֵקיני,