Page 24 - Breyshis
P. 24
בראשית
ֶלךְ -לֳך
1און גאָט האָט געזאָגט צו אבֿרמען :גײ דיר אַװעק פֿון ד ַײן
לאַנד ,און פֿון ד ַײן אָפּשטאַם ,און פֿון ד ַײן פֿאָטערס הױז ,צויב
דעם לאַנד װאָס איך װעל דיר װ ַײזן 2 .און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ
גרױס פֿאָלק ,און איך װעל דיך בענטשן ,און גרײסן ד ַײן נאָמען ,און
װעסט ז ַײן אַ בענטשונג 3 .און איך װעל בענטשן די װאָס בענטשן
דיך ,און דעם װאָס פֿלוכט דיך װעל איך פֿאַרשילטן; און מיט דיר
װעלן זיך בענטשן אַלע משפּחות פֿון דער ערד.
4און אבֿרם איז געגאַנגען אַזױ װי גאָט האָט צו אים גערעדט; און
לוט איז מיטגעגאַנגען מיט אים .און אבֿרם איז געװען אַ מאַן פֿון
פֿינף און זיבעציק יאָר ב ַײ ז ַײן אַרױסגײן פֿון ָח ָרן 5 .און אבֿרם האָט
גענומען ז ַײן װ ַײב ָשׂ ַרין ,און ז ַײן ברודערס זון לוטן ,און זײער גאַנצן
פֿאַרמעג װאָס זײ האָבן אָנגעקליבן ,און די נפֿשות װאָס זײ האָבן זיך
אָנגעשאַפֿט אין ָח ָרן ,און זײ ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען צו גײן קײן לאַנד
כַּנ ַען; 6און זײ ז ַײנען געקומען קײן לאַנד כַּנ ַען .און אבֿרם איז
דורכגעגאַנגען דורכן לאַנד ביז דעם אָרט פֿון ש ֶכם ,ביז דעם
אײכנבױם מו ֶרה .און דער כַּנ ֲעני איז דענצמאָל געװען אין לאַנד.
7און יהוה האָט זיך באַװיזן צו אבֿרמען ,און האָט געזאָגט :צו ד ַײן
זאָמען װעל איך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד .און ער האָט דאָרטן
געבױט אַ מזבח צו יהוה װאָס האָט זיך באַװיזן צו אים.
8און ער האָט זיך איבערגעטראָגן פֿון דאָרטן צום באַרג ,אין מזרח
פֿון ביתֵ -אל; און ער האָט אױפֿגעשטעלט ז ַײן געצעלט מיט ביתֵ -אל
פֿון מערב ,און ַעי פֿון מזרח; און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו
יהוה ,און האָט גערופֿן צו דעם נאָמען יהוה.
9און אבֿרם האָט געצױגן ,ציענדיק אַלץ װ ַײטער צו דרום.
10איז געװאָרן אַ הונגער אין לאַנד ,און אבֿרם האָט גענידערט קײן
ִמצ ַר ִים ,זיך דאָרטן אױפֿצוהאַלטן ,װאָרום דער הונגער איז געװען
שװער אין לאַנד 11 .און עס איז געװען ,װי ער איז געקומען נאָנט צו
ִמצ ַר ִים ,אַזױ האָט ער געזאָגט צו ז ַײן װ ַײב ָשׂ ַרין :זע ,איך בעט דיך,
איך װײס אַז דו ביסט אַ פֿרױ פֿון אַ שײנעם אױסזען 12 .איז ,װי די