Page 19 - Breyshis
P. 19
בראשית
װאָלקענען אַ װאָלקן אױף דער ערד ,אַזױ װעט זיך באַװ ַײזן דער בױגן
אין דעם װאָלקן 15 ,און איך װעל זיך דערמאָנען אָן מ ַײן בונד װאָס
צװישן מיר און צװישן א ַײך ,און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער
באַשעפֿעניש פֿון אַלע ל ַײבער ,און דאָס װאַסער װעט מער ניט װערן
אַ מבול אומצוברענגען אַלע ל ַײבער 16 .און דער בױגן װעט ז ַײן אין
דעם װאָלקן ,און איך װעל קוקן אױף אים ,כּדי זיך צו דערמאָנען אָן
דעם אײביקן בונד צװישן גאָט און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער
באַשעפֿעניש פֿון אַלע ל ַײבער װאָס אױף דער ערד 17 .און גאָט האָט
געזאָגט צו נֹחן :דאָס איז דער צײכן פֿון דעם בונד װאָס איך האָב
אױפֿגעשטעלט צװישן מיר און צװישן אַלע ל ַײבער װאָס אױף דער
ערד.
18און די זין פֿון נֹחן װאָס ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבֿה,
ז ַײנען געװען ֵשםָ ,חם ,און ֶיפֿת; און ָחם ,דאָס איז דער פֿאָטער פֿון
כַּנ ַען 19 .די דאָזיקע דר ַײ ז ַײנען געװען די זין פֿון נֹחן ,און פֿון זײ האָט
זיך צעשפּרײט די גאַנצע ערד.
20און נֹח דער אַקערמאַן האָט גענומען און האָט געפֿלאַנצט אַ
װ ַײנגאָרטן 21 .און ער האָט געטרונקען פֿון דעם װ ַײן ,און איז
געװאָרן שיכּור און האָט זיך אָפּגעדעקט אין ז ַײן געצעלט 22 .האָט
ָחם דער פֿאָטער פֿון כַּנ ַען געזען די נאַקעטקײט פֿון ז ַײן פֿאָטער ,און
האָט דערצײלט ז ַײנע צװײ ברידער דרױסן 23 .האָבן ֵשם און ֶיפֿת
גענומען אַ מאַנטל ,און אַרױפֿגעטאָן אױף זײערע בײדנס אַקסלען,
און זײ ז ַײנען געגאַנגען הינטערװ ַײלעכס ,און האָבן צוגעדעקט די
נאַקעטקײט פֿון זײער פֿאָטער ,מיט זײערע פּנימער אַהינטער ,און זײ
האָבן ניט געזען די נאַקעטקײט פֿון זײער פֿאָטער 24 .און נֹח האָט
זיך אױסגעניכטערט פֿון ז ַײן װ ַײן ,און האָט געמערקט װאָס ז ַײן
י ִינגערער זון האָט אים געטאָן 25 .און ער האָט געזאָגט:
פֿאַרשאָלטן זאָל ז ַײן כַּנ ַען,
אַ קנעכט פֿון קנעכט זאָל ער ז ַײן ב ַײ ז ַײנע ברידער.
26און ער האָט געזאָגט:
געלױבט איז יהוה דער גאָט פֿון ֵשם;
און כַּנ ַען זאָל ז ַײן אַ קנעכט ב ַײ זײ.
27דערברײטערן זאָל גאָט ֶיפֿתן,
און ער זאָל רוען אין די געצעלטן פֿון ֵשם;
און כַּנ ַען זאָל ז ַײן אַ קנעכט ב ַײ זײ.