Page 23 - Breyshis
P. 23
בראשית
צװײ הונדערט יאָר און זיבן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און
טעכטער.
22און שׂרוג האָט געלעבט דר ַײסיק יאָר ,און האָט געבאָרן ָנחורן23 .
און שׂרוג האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן ָנחורן ,צװײ
הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
24און ָנחור האָט געלעבט נ ַײן און צװאַנציק יאָר ,און האָט געבאָרן
ֶתּ ַרחן 25 .און ָנחור האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן
ֶתּ ַרחן ,הונדערט יאָר און נ ַײנצן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און
טעכטער.
26און ֶתּ ַרח האָט געלעבט זיבעציק יאָר ,און האָט געבאָרן אבֿרמען,
ָנחורן ,און ָה ָרנען.
27און דאָס ז ַײנען די געבורטן פֿון ֶתּ ַרחןֶ :תּ ַרח האָט געבאָרן
אבֿרמעןָ ,נחורן ,און ָה ָרנען; און ָה ָרן האָט געבאָרן לוטן 28 .און ָה ָרן
איז געשטאָרבן ב ַײם לעבן פֿון ז ַײן פֿאָטער ֶתּ ַרחן ,אין לאַנד פֿון ז ַײן
געבורט ,אין אורַ -כּשׂדים 29 .און אבֿרם און ָנחור האָבן זיך גענומען
װ ַײבער; דער נאָמען פֿון אבֿרמס װ ַײב איז געװען ָשׂ ַרי ,און דער
נאָמען פֿון ָנחורס װ ַײב איז געװען ִמל ָכּה ,די טאָכטער פֿון ָה ָרן ,דעם
פֿאָטער פֿון ִמל ָכּהן און דעם פֿאָטער פֿון ִיס ָכּהן 30 .און ָשׂ ַרי איז
געװען אַן עקרה ,זי האָט ניט געהאַט קײן קינדער.
31און ֶתּ ַרח האָט גענומען ז ַײן זון אבֿרמען ,און ז ַײן אײניקל לוט,
דער זון פֿון ָה ָרנען ,און ז ַײן שנור ָשׂ ַרי ,די װ ַײב פֿון ז ַײן זון אבֿרמען,
און זײ ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען מיט זײ פֿון אורַ -כּשׂדים ,צו גײן קײן
לאַנד כַּנ ַען .און זײ ז ַײנען געקומען ביז ָח ָרן ,און האָבן זיך דאָרטן
באַזעצט.
32און די טעג פֿון ֶתּ ַרחן ז ַײנען געװען צװײ הונדערט יאָר און פֿינף
יאָר .און ֶתּ ַרח איז געשטאָרבן אין ָח ָרן.