Page 28 - Breyshis
P. 28

‫בראשית‬

‫ביז חובֿה װאָס לינקס פֿון ַד ֶמ ֶשׂק‪ 16 .‬און ער האָט צוריקגעבראַכט‬
‫דעם גאַנצן פֿאַרמעג‪ ,‬און אױך לוט ז ַײן אײגענעם און ז ַײן פֿאַרמעג‬

       ‫האָט ער צוריקגעבראַכט‪ ,‬און אױך די װ ַײבער‪ ,‬און דאָס פֿאָלק‪.‬‬

‫‪ 17‬איז דער מלך פֿון סדום אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן‪ ,‬נאָכדעם‬
‫װי ער האָט זיך אומגעקערט פֿון שלאָגן כּ ָדרלעו ֶמרן‪ ,‬און די מלכים‬
‫װאָס מיט אים‪ ,‬אין טאָל ָשֵוה‪ ,‬דאָס איז דעם מלכס טאָל‪ 18 .‬און‬
‫ַמלכּי‪ֶ -‬צ ֶדק דער מלך פֿון ָש ֵלם האָט אַרױסגעטראָגן ברױט און װ ַײן;‬
‫און ער איז געװען אַ כֹּהן צו דעם העכסטן גאָט‪ 19 .‬און ער האָט אים‬
‫געבענטשט‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬געבענטשט זאָל ז ַײן אבֿרם פֿון דעם‬
‫העכסטן גאָט‪ ,‬דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד‪ 20 .‬און געבענטשט‬
‫זאָל ז ַײן דער העכסטער גאָט װאָס האָט איבערגעענטפֿערט ד ַײנע‬
‫פֿ ַײנט אין ד ַײן האַנט‪ – .‬און ער האָט אים געגעבן מעשׂר פֿון‬

                                                               ‫אַלצדינג‪.‬‬

‫‪ 21‬און דער מלך פֿון סדום האָט געזאָגט צו אבֿרמען‪ :‬גיב מיר די‬
‫נפֿשות‪ ,‬און דעם פֿאַרמעג נעם דיר‪ 22 .‬האָט אבֿרם געזאָגט צו דעם‬
‫מלך פֿון סדום‪ :‬איך הײב אױף מ ַײן האַנט צו יהוה דעם העכסטן גאָט‪,‬‬
‫דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד‪ 23 ,‬אױב אַ פֿאָדים אָדער אַ‬
‫שוכבענדל! אָדער אױב איך װעל נעמען פֿון עפּעס װאָס איז ד ַײנס!‬
‫כּדי זאָלסט ניט זאָגן‪ :‬איך האָב ר ַײך געמאַכט אבֿרמען‪ 24 .‬ניט מיר!‬
‫נאָר װאָס די יונגען האָבן געגעסן‪ ,‬און דעם חלק פֿון די מענטשן‬
‫װאָס ז ַײנען געגאַנגען מיט מיר‪ָ ,‬עֵנר‪ֶ ,‬אשכּול‪ ,‬און ַממ ֵרא; זײ מעגן‬

                                                     ‫נעמען זײער חלק‪.‬‬

‫‪ 1‬נאָך די דאָזיקע געשעענישן איז דאָס װאָרט פֿון גאָט‬

‫געװען צו אבֿרמען אין אַ זעונגען‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זאָלסט ניטטו‬

‫מורא האָבן‪ ,‬אבֿרם‪ ,‬איך בין דיר אַ שילד; ד ַײן שׂכר איז זײער גרױס‪2 .‬‬
‫האָט אבֿרם געזאָגט‪ :‬גאָט דו האַר‪ ,‬װאָס קענסטו מיר געבן‪ ,‬אַז איך‬
‫גײ אַװעק אָן אַ קינד‪ ,‬און דער װירטשאַפֿטער פֿון מ ַײן הױז איז דער‬
‫ַד ֶמ ֶשׂקער ֶאלי ֶעֶזר? ‪ 3‬און אבֿרם האָט געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬האָסט מיר קײן‬
‫זאָמען ניט געגעבן‪ ,‬און אָט װעט אַ זון פֿון מ ַײן הױזגעזינט מיך‬
‫ירשען‪ 4 .‬ערשט דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו אים‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬ניט דער דאָזיקער װעט דיך ירשען‪ ,‬נאָר דער װאָס װעט‬
   23   24   25   26   27   28   29   30   31   32   33