Page 27 - Breyshis
P. 27

‫בראשית‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען אין די טעג פֿון אַמ ָרפֿל דעם מלך פֿון‬

‫ִשנ ָער‪ ,‬אַריאָך דעם מלך פֿון ֶא ָל ָסר‪ ,‬כּ ָדרלעו ֶמר דעם מלך פֿוןיד‬

‫ֵעי ָלם‪ ,‬און ִתּד ָעל דעם מלך פֿון ג ִױם‪ 2 ,‬האָבן זײ געמאַכט אַ מלחמה‬
‫מיט ב ַרע דעם מלך פֿון סדום‪ ,‬און מיט בר ַשע דעם מלך פֿון ַעמו ָרה‪,‬‬
‫ִשנאָב דעם מלך פֿון אַד ָמה‪ ,‬און ֶשמאבֿר דעם מלך פֿון צב ִױם‪ ,‬און‬
‫דעם מלך פֿון ב ַלע‪ ,‬דאָס איז צו ַער‪ 3 .‬די אַלע האָבן זיך צונױפֿגעחברט‬
‫אין טאָל ִשׂדים‪ ,‬דאָס איז דער ַים‪ַ -‬ה ֶמ ַלח‪ 4 .‬צװעלף יאָר האָבן זײ‬
‫געדינט כּ ָדרלעו ֶמרן‪ ,‬און אױפֿן דר ַײצנטן יאָר האָבן זײ‬
‫װידערשפּעניקט‪ 5 .‬און אױפֿן פֿערצנטן יאָר איז געקומען כּ ָדרלעו ֶמר‬
‫און די מלכים װאָס מיט אים‪ ,‬און זײ האָבן געשלאָגן די רפֿאים אין‬
‫ַעשתּרות‪ַ -‬קרַנ ִים‪ ,‬און די זוזים אין ָהם‪ ,‬און די ֵאימים אין ָשֵוה‪-‬‬
‫ִקרָי ַת ִים‪ 6 ,‬און די חורים אױף זײער באַרג ֵשׂ ִעיר‪ ,‬ביז ֵאיל‪-‬פּאָ ָרן װאָס‬
‫ב ַײם מדבר‪ 7 .‬און זײ האָבן זיך אומגעקערט‪ ,‬און ז ַײנען געקומען קײן‬
‫ֵעין‪ִ -‬מש ָפּט‪ ,‬דאָס איז ָק ֵדש‪ ,‬און האָבן געשלאָגן דאָס גאַנצע פֿעלד פֿון‬
‫ַע ָמ ֵלק‪ ,‬און אױך דעם ֶאמורי װאָס איז געזעסן אין ַח ְצצון‪ָ -‬תּ ָמר‪ 8 .‬איז‬
‫אַרױסגעגאַנגען דער מלך פֿון סדום‪ ,‬און דער מלך פֿון ַעמו ָרה‪ ,‬און‬
‫דער מלך פֿון אַד ָמה‪ ,‬און דער מלך פֿון צב ִױם‪ ,‬און דער מלך פֿון ב ַלע‪,‬‬
‫דאָס איז צו ַער‪ ,‬און זײ האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה מיט זײ אין טאָל‬
‫ִשׂדים – ‪ 9‬מיט כּ ָדרלעו ֶמר דעם מלך פֿון ֵעי ָלם‪ ,‬און ִתּד ָעל דעם מלך‬
‫פֿון ג ִױם‪ ,‬און אַמ ָרפֿל דעם מלך פֿון ִשנ ָער‪ ,‬און אַריאָך דעם מלך פֿון‬
‫ֶא ָל ָסר; די פֿיר מלכים אַקעגן די פֿינף‪ 10 .‬און דער טאָל ִשׂדים איז‬
‫געװען גריבער אױף גריבער מיט לײם‪ ,‬און װי די מלכים פֿון סדום‬
‫און ַעמו ָרה ז ַײנען אַנטלאָפֿן‪ ,‬אַזױ ז ַײנען זײ אַהין אַר ַײנגעפֿאַלן; און די‬
‫איבערגעבליבענע ז ַײנען אַנטלאָפֿן צום באַרג‪ 11 .‬און יענע האָבן‬
‫צוגענומען דעם גאַנצן פֿאַרמעג פֿון סדום און ַעמו ָרה‪ ,‬און דאָס‬
‫גאַנצע עסנװאַרג זײערס‪ ,‬און ז ַײנען אַװעקגעגאַנגען‪ 12 .‬און זײ האָבן‬
‫צוגענומען לוט‪ ,‬דעם זון פֿון אבֿרמס ברודער‪ ,‬װאָס איז געזעסן אין‬
‫סדום‪ ,‬און ז ַײן פֿאַרמעג‪ ,‬און ז ַײנען אַװעקגעגאַנגען‪ 13 .‬איז געקומען‬
‫אַן אַנטרונענער‪ ,‬און האָט אָנגעזאָגט אבֿרם דעם ִעברי; און ער האָט‬
‫געװױנט ב ַײ די אײכנבײמער פֿון ַממ ֵרא דעם ֶאמורי‪ ,‬דעם ברודער פֿון‬
‫ֶאשכּולן‪ ,‬און דעם ברודער פֿון ָעֵנרן; און זײ ז ַײנען געװען בונדסל ַײט‬
‫פֿון אבֿרמען‪ 14 .‬און װי אבֿרם האָט געהערט אַז ז ַײן אײגענער איז‬
‫געפֿאַנגען געװאָרן‪ ,‬אַזױ האָט ער אַרױסגעפֿירט ז ַײנע א ַײנגעלערנטע‪,‬‬
‫געבאָרענע אין ז ַײן הױז‪ ,‬דר ַײ הונדערט און אַכצן‪ ,‬און ער האָט‬
‫נאָכגעיאָגט ביז ָדן‪ 15 .‬און ער האָט זיך צעטײלט אַקעגן זײ ב ַײ נאַכט‪,‬‬
‫ער און ז ַײנע קנעכט‪ ,‬און ער האָט זײ געשלאָגן און זײ נאָכגעיאָגט‬
   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31   32