Page 25 - Breyshis
P. 25

‫בראשית‬

‫ִמצרים װעלן דיך זען‪ ,‬אַזױ װעלן זײ זאָגן‪ :‬דאָס איז ז ַײן װ ַײב; און זײ‬
‫װעלן מיך הרגען‪ ,‬און דיך װעלן זײ לאָזן לעבן‪ 13 .‬זאָג‪ ,‬איך בעט דיך‪,‬‬
‫דו ביסט מ ַײנע אַ שװעסטער‪ ,‬כּדי מיר זאָל גוט ז ַײן פֿון ד ַײנעטװעגן‪,‬‬

                             ‫און מ ַײן נפֿש זאָל בל ַײבן לעבן צוליב דיר‪.‬‬

‫‪ 14‬און עס איז געװען‪ ,‬װי אבֿרם איז געקומען קײן ִמצ ַר ִים‪ ,‬אַזױ האָבן‬
‫די ִמצרים געזען די פֿרױ‪ ,‬אַז זי איז זײער שײן‪ 15 .‬און די האַרן פֿון‬
‫ַפּרעהן האָבן זי געזען‪ ,‬און האָבן זי פֿאַרלױבט פֿאַר ַפּרעהן‪ ,‬און די‬
‫פֿרױ איז צוגענומען געװאָרן אין ַפּרעהס הױז‪ 16 .‬און אבֿרמען האָט‬
‫ער באַגיטיקט פֿון אירעטװעגן; און ער האָט געקריגן שאָף‪ ,‬און‬
‫רינדער‪ ,‬און אײזלען‪ ,‬און קנעכט‪ ,‬און דינסטן‪ ,‬און אײזעלינס‪ ,‬און‬

                                                               ‫קעמלען‪.‬‬

‫‪ 17‬האָט גאָט געפּלאָגט ַפּרעהן און ז ַײן הױזגעזינט מיט גרױסע פּלאָגן‬
‫פֿון װעגן ָשׂ ַרי‪ ,‬אבֿרמס װ ַײב‪ 18 .‬און ַפּרעה האָט גערופֿן אבֿרמען‪ ,‬און‬
‫האָט צו אים געזאָגט‪ :‬װאָס האָסטו דאָ געטאָן צו מיר? פֿאַר װאָס‬
‫האָסטו מיר ניט געזאָגט אַז זי איז ד ַײן װ ַײב? ‪ 19‬אַלמאַי האָסטו‬
‫געזאָגט‪» :‬זי איז מ ַײנע אַ שװעסטער«‪ ,‬און איך האָב זי גענומען פֿאַר‬

                   ‫אַ װ ַײב? און אַצונד‪ ,‬אָט איז ד ַײן װ ַײב‪ ,‬נעם און גײ‪.‬‬

‫‪ 20‬און ַפּרעה האָט באַפֿױלן װעגן אים מענטשן‪ ,‬און זײ האָבן‬
    ‫אַרױסבאַלײט אים‪ ,‬און ז ַײן װ ַײב‪ ,‬און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט‪.‬‬

‫‪ 1‬און אבֿרם איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬ער און ז ַײן װ ַײב‪,‬‬

‫און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט‪ ,‬און לוט מיט אים‪ ,‬קײן דרום‪.‬יג‬

‫‪ 2‬און אבֿרם איז געװען זײער ר ַײך אין פֿי‪ ,‬אין זילבער‪ ,‬און אין גאָלד‪.‬‬
‫‪ 3‬און ער איז געגאַנגען אױף ז ַײנע ציונגען‪ ,‬פֿון דרום און ביז בית‪ֵ -‬אל‪,‬‬
‫ביז דעם אָרט װאָס ז ַײן געצעלט איז דאָרטן געװען אין אָנהײב‪,‬‬
‫צװישן בית‪ֵ -‬אל און צװישן ַעי‪ 4 ,‬צו דעם אָרט פֿון דעם מזבח װאָס‬
‫ער האָט דאָרטן געמאַכט צוערשט; און װאָס אבֿרם האָט דאָרטן‬

                                          ‫גערופֿן צו דעם נאָמען יהוה‪.‬‬

‫‪ 5‬און אױך ב ַײ לוטן‪ ,‬װאָס איז געגאַנגען מיט אבֿרמען‪ ,‬ז ַײנען געװען‬
‫שאָף און רינדער און געצעלטן‪ 6 .‬און דאָס לאַנד האָט זײ ניט‬
‫געקענט טראָגן‪ ,‬צו װױנען באַנאַנד; װ ַײל זײער פֿאַרמעג איז געװען‬
   20   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30