Page 22 - Breyshis
P. 22
בראשית
ז ַײנען אײן פֿאָלק ,און אײן שפּראַך איז ב ַײ זײ אַלעמען ,און דאָס איז
ערשט אַן אָנהײב פֿון זײער טאָן ,און אַצונד װעט פֿון זײ ניט
פֿאַרמיטן װערן אַלץ װאָס זײ טראַכטן צו טאָן 7 .קומט לאָמיר
אַראָפּנידערן ,און צעמישן דאָרטן זײער שפּראַך ,אַז זײ זאָלן ניט
פֿאַרשטײן אײנער דעם אַנדערנס שפּראַך 8 .און גאָט האָט זײ
צעשפּרײט פֿון דאָרטן אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד ,און זײ
האָבן אױפֿגעהערט בױען די שטאָט 9 .דרום האָט מען גערופֿן איר
נאָמען בבל ,װ ַײל דאָרטן האָט גאָט צעמישט די שפּראַך פֿון דער
גאַנצער ערד ,און פֿון דאָרטן האָט זײ גאָט צעשפּרײט אױפֿן געזיכט
פֿון דער גאַנצער ערד.
10דאָס ז ַײנען די געבורטן פֿון ֵשמען :צו הונדערט יאָר האָט ֵשם
געבאָרן אַר ַפּכ ַשדן ,צװײ יאָר נאָכן מבול 11 .און ֵשם האָט געלעבט
נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן אַר ַפּכ ַשדן ,פינף הונדערט יאָר; און ער
האָט געבאָרן זין און טעכטער.
12און אַר ַפּכ ַשד האָט געלעבט פֿינף און דר ַײסיק יאָר ,און האָט
געבאָרן ֶש ַלחן 13 .און אַר ַפּכ ַשד האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט
געבאָרן ֶש ַלחן ,פֿיר הונדערט יאָר און דר ַײ יאָר; און ער האָט געבאָרן
זין און טעכטער.
14און ֶש ַלח האָט געלעבט דר ַײסיק יאָר ,און האָט געבאָרן ֵע ֶברן15 .
און ֶש ַלח האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן ֵע ֶברן ,פֿיר
הונדערט יאָר און דר ַײ יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
16און ֵע ֶבר האָט געלעבט פֿיר און דר ַײסיק יאָר ,און האָט געבאָרן
ֶפּ ֶלגן 17 .און ֵע ֶבר האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן ֶפּ ֶלגן,
פֿיר הונדערט יאָר און דר ַײסיק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און
טעכטער.
18און ֶפּ ֶלג האָט געלעבט דר ַײסיק יאָר ,און האָט געבאָרן ְרעון19 .
און ֶפּ ֶלג האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן ְרעון ,צװײ
הונדערט יאָר און נ ַײן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
20און ְרעו האָט געלעבט צװײ און דר ַײסיק יאָר ,און האָט געבאָרן
שׂרוגן 21 .און ְרעו האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן שׂרוגן,