Page 17 - Breyshis
P. 17

‫בראשית‬

‫געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד‪ .‬האָט ער אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט‪,‬‬
‫און האָט זי גענומען און זי אַר ַײנגעבראַכט צו זיך אין דער תּבֿה‪10 .‬‬
‫און ער האָט אָפּגעװאַרט נאָך אַנדערע זיבן טעג‪ ,‬און האָט װידער‬
‫אַרױסגעשיקט די טױב פֿון דער תּבֿה‪ 11 .‬און די טױב איז געקומען‬
‫אין אָװנטצ ַײט‪ ,‬ערשט אַן אָפּגעריסן אײלבערטבלאַט איז אין איר‬
‫מױל‪ ,‬און נֹח האָט געװוּסט אַז דאָס װאַסער איז אָפּגעפֿאַלן פֿון דער‬
‫ערד‪ 12 .‬האָט ער אָפּגעװאַרט נאָך אַנדערע זיבן טעג‪ ,‬און האָט‬
‫אַרױסגעשיקט די טױב‪ ,‬און זי האָט זיך מער ניט אומגעקערט צו אים‬

                                                                 ‫װידער‪.‬‬

‫‪ 13‬און עס איז געװען אין דעם זעקס הונדערט און ערשטן יאָר‪ ,‬אין‬
‫ערשטן חודש‪ ,‬אין ערשטן טאָג פֿון חודש‪ ,‬איז אָפּגעטריקנט געװאָרן‬
‫דאָס װאַסער פֿון דער ערד‪ ,‬און נֹח האָט אַראָפּגענומען דעם דעק פֿון‬
‫דער תּבֿה‪ ,‬און האָט אַ קוק געטאָן‪ ,‬ערשט דאָס געזיכט פֿון דער ערד‬
‫איז טרוקן‪ 14 .‬און אין צװײטן חודש‪ ,‬אין זיבן און צװאַנציקסטן טאָג‬

                       ‫פֿון חודש‪ ,‬איז אױסגעטריקנט געװאָרן די ערד‪.‬‬

‫‪ 15‬און גאָט האָט גערעדט צו נֹחן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 16 :‬גײ אַרױס פֿון‬
‫דער תּבֿה‪ ,‬דו‪ ,‬און ד ַײן װ ַײב‪ ,‬און ד ַײנע זין‪ ,‬און די װ ַײבער פֿון ד ַײנע‬
‫זין‪ ,‬מיט דיר‪ 17 .‬יעטװעדער לעבעדיקע זאַך װאָס מיט דיר‪ ,‬פֿון אַלע‬
‫ל ַײבער‪ ,‬ס ַײ אַ פֿױגל‪ ,‬ס ַײ אַ בהמה‪ ,‬ס ַײ יעטװעדער שרץ װאָס קריכט‬
‫אױף דער ערד‪ ,‬ברענג אַרױס מיט זיך‪ ,‬און זײ זאָלן זיך װידמענען‬

           ‫אױף דער ערד‪ ,‬און זיך פֿרוכפּערן און מערן אױף דער ערד‪.‬‬

‫‪ 18‬איז אַרױסגעגאַנגען נֹח‪ ,‬און ז ַײנע זין‪ ,‬און ז ַײן װ ַײב‪ ,‬און ז ַײנע זינס‬
‫װ ַײבער‪ ,‬מיט אים‪ 19 .‬יעטװעדער חיה‪ ,‬יעטװעדער שרץ‪ ,‬און‬
‫יעטװעדער פֿױגל‪ ,‬אַלץ װאָס באַװעגט זיך אױף דער ערד‪ ,‬לױט זײערע‬
‫משפּחות‪ ,‬ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבֿה‪ 20 .‬און נֹח האָט‬
‫געבױט אַ מזבזח צו גאָט‪ ,‬און ער האָט גענומען פֿון אַלע רײנע‬
‫בהמות‪ ,‬און פֿון אַלע רײנע פֿױגלען‪ ,‬און האָט אױפֿגעבראַכט‬
‫בראַנדאָפּפֿער אױפֿן מזבח‪ 21 .‬און גאָט האָט געשמעקט דעם‬
‫געשמאַקן ריח‪ ,‬און גאָט האָט געזאָגט אין ז ַײן האַרצן‪ :‬איך װעל מער‬
‫װידער ניט פֿאַרשילטן די ערד פֿון װעגן דעם מענטשן; װאָרום די‬
‫טראַכטונג פֿון דעם מענטשנס האַרצן איז שלעכט פֿון ז ַײן יוגנט אָן;‬
‫און איך װעל מער װידער ניט דערשלאָגן אַלץ װאָס לעבט‪ ,‬אַזױ װי‬
‫איך האָב געטאָן‪ 22 .‬אַזױ לאַנג װי די טעג פֿון דער ערד‪ ,‬זאָל זײאונג‬
   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22