Page 14 - Breyshis
P. 14
בראשית
װי דו זאָלסט זי מאַכן :דר ַײ הונדערט אײלן די לענג פֿון דער תּבֿה,
פֿופֿציק אײלן איר ברײט ,און דר ַײסיק אײלן איר הײך 16 .אַ גיבלדאַך
זאָלסטו מאַכן צו דער תּבֿה ,און אױף אַן אײל ]די ברײט[ זאָלסטו זי
פֿאַרענדיקן פֿון אױבן; און דעם א ַײנגאַנג פֿון דער תּבֿה זאָלסטו מאַכן
אין איר ז ַײט; מיט אַן אונטערשטן ,צװײטן ,און דריטן שטאָק
זאָלסטו זי מאַכן 17 .און איך ,זע ,איך ברענג אַ מבול װאַסער אױף
דער ערד ,אומצוברענגען יעטװעדער ל ַײב װאָס אין אים איז דאָ אַן
אָטעם פֿון לעבן ,פֿון אונטערן הימל; אַלץ װאָס אױף דער ערד װעט
אומקומען 18 .אָבער איך װעל אױפֿשטעלן מ ַײן בונד מיט דיר ,און
װעסט אַר ַײנגײן אין דער תּבֿה ,דו און ד ַײנע זין ,און ד ַײן װ ַײב ,און
ד ַײנע זינס װ ַײבער ,מיט דיר 19 .און פֿון אַלץ װאָס לעבט ,פֿון אַלע
ל ַײבער ,זאָלסטו אַר ַײנברענגען צו צװײ פֿון איטלעכן אין דער תּבֿה,
אױף צו דערהאַלטן ב ַײם לעבן מיט דיר; אַ ָזכר און אַ נקבֿה זאָלן זײ
ז ַײן 20 .פֿון די פֿױגלען לױט זײערע מינים ,און פֿון די בהמות לױט
זײערע מינים ,פֿון אַלע שרצים פֿון דער ערד לױט זײערע מינים ,צו
צװײ פֿון איטלעכן זאָלן אַר ַײנגײן צו דיר ,אױף צו דערהאַלטן ב ַײם
לעבן 21 .און דו נעם דיר פֿון יעטװעדער עסנװאַרג װאָס װערט
געגעסן ,און זאַמל א ַײן צו דיר ,כּדי עס זאָל ז ַײן פֿאַר דיר און פֿאַר זײ
צום עסן.
22און נֹח האָט אַזױ געטאָן; אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט אים
באַפֿױלן ,אַזױ האָט ער געטאָן.
1און גאָט האָט געזאָגט צו נֹחן :גײ אַר ַײן דו און ד ַײן גאַנץ
הױזגעזינט אין דער תּבֿה ,װאָרום דיך האָב איך געזען גערעכטז
פֿאַר מיר אין דעם דאָזיקן דור 2 .פֿון אַלע רײנע בהמות זאָלסטו דיר
נעמען צו זיבן און זיבן ,איטלעכס מיט ז ַײן פּאָר; און פֿון די בהמות
װאָס זײ ז ַײנען ניט רײן ,צו צװײ ,איטלעכס מיט ז ַײן פּאָר 3 .אױך פֿון
די פױגלען פֿון הימל צו זיבן און זיבן ,אַן ער און אַ זי ,כּדי צו
דערהאַלטן זאָמען אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד 4 .װאָרום אין
זיבן טעג אַרום ,מאַך איך רעגענען אױף דער ערד פערציק טעג און
פערציק נעכט ,און איך װעל אָפּמעקן דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס
איך האָב געמאַכט ,פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד.