Page 9 - Breyshis
P. 9
בראשית
1און דער מענטש האָט דערקענט ז ַײן װ ַײב ַחָוהן ,און זי איז
טראָגעדיק געװאָרן ,און האָט געבאָרן ַק ִינען ,און זי האָטד
געזאָגט :איך האָב געקריגן אַ מאַן דורך גאָט 2 .און זי האָט װידער
געבאָרן – ז ַײן ברודער ֶהבלען.
און ֶהבל איז געװען אַ פּאַסטוך פֿון שאָף ,און ַק ִין איז געװען אַן
ערדאַרבעטער 3 .און עס איז געװען נאָך אַ פֿאַרלױף פֿון טעג ,האָט
ַק ִין געבראַכט פֿון דער פֿרוכט פֿון דער ערד אַ קרבן צו גאָט 4 .און
ֶהבל ,ער אױך האָט געבראַכט פֿון די ערשטלינגען פֿון ז ַײנע שאָף און
פֿון זײערע פֿעטסטע .און גאָט האָט זיך געקערט צו ֶהבלען און צו
ז ַײן קרבן 5 ,און צו ַק ִינען און צו ז ַײן קרבן האָט ער זיך ניט געקערט.
האָט ַק ִינען זײער געערגערט ,און ז ַײן פּנים איז אַראָפּגעפֿאַלן 6 .האָט
גאָט געזאָגט צו ַק ִינען :פֿאַר װאָס פֿאַרדריסט דיך ,און פֿאַר װאָס איז
אַראָפּגעפֿאַלן ד ַײן פּנים? 7פֿאַר װאָר ,אױב דו װעסט גוטס טאָן
װעסטו אױפֿגענומען װערן ,און אױב דו װעסט ניט גוטס טאָן,
הױערט די זינד ב ַײ דער טיר; און צו דיר איז איר גלוסטונג ,אָבער דו
קענסט געװעלטיקן איבער איר.
8האָט ַק ִין גערעדט צו ז ַײן ברודער ֶהבלען .און עס איז געװען ,װי זײ
ז ַײנען געװען אין פֿעלד ,אַזױ איז ַק ִין אױפֿגעשטאַנען קעגן ז ַײן
ברודער ֶהבלען ,און האָט אים געהרגעט.
9האָט גאָט געזאָגט צו ַק ִינען :װוּ איז ד ַײן ברודער ֶהבל? האָט ער
געזאָגט :איך װײס ניט; בין איך דען דער שומר פֿון מ ַײן ברודער? 10
האָט ער געזאָגט :װאָס האָסטו געטאָן? דער ָקול פֿון ד ַײן ברודערס
בלוט שר ַײט צו מיר פֿון דער ערד 11 .און אַצונד ,פֿאַרשאָלטן
זאָלסטו ז ַײן פֿון דער ערד װאָס האָט אױפֿגעמאַכט איר מױל
צוצונעמען ד ַײן ברודערס בלוט פֿון ד ַײן האַנט 12 .אַז דו װעסט
באַאַרבעטן די ערד ,זאָל זי דיר מער ניט געבן איר קראַפֿט; נ ַע-וַנד
זאָלסטו ז ַײן אױף דער ערד 13 .האָט ַק ִין געזאָגט צו גאָט :מ ַײן
שטראָף איז צו גרױס אַריבערצוטראָגן 14 .אָט האָסטו מיך ה ַײנט
פֿאַרטריבן פֿון דעם געזיכט פֿון לאַנד ,און פֿון ד ַײן פּנים װעל איך ז ַײן
פֿאַרבאָרגן ,און איך װעל ז ַײן נ ַע-וַנד אױף דער ערד; װעט ז ַײן ,װער-
נאָר עס טרעפֿט מיך װעט מיך דערהרגען 15 .האָט גאָט צו אים
געזאָגט :דרום װער-נאָר עס הרגעט ַק ִינען זאָל זיבנפֿאַך גענומען