Page 7 - Breyshis
P. 7

‫בראשית‬

‫פֿון די בײמער פֿון גאָרטן מעגן מיר עסן‪ 3 ,‬נאָר פֿון דער פֿרוכט פֿון‬
‫דעם בױם װאָס אין מיטן גאָרטן האָט גאָט געזאָגט‪ :‬איר זאָלט‬
‫דערפֿון ניט עסן‪ ,‬און איר זאָלט זיך דעראָן ניט אָנרירן‪ ,‬אַזיסט װעט‬
‫איר שטאַרבן‪ 4 .‬האָט די שלאַנג געזאָגט צו דער פֿרױ‪ :‬שטאַרבן װעט‬
‫איר ניט שטאַרבן‪ 5 ,‬נאָר גאָט װײס אַז אין דעם טאָג װאָס איר עסט‬
‫דערפֿון‪ ,‬װעלן זיך עפֿענען א ַײערע אױגן‪ ,‬און איר װעט ז ַײן אַזױ װי‬
‫גאָט צו װיסן גוטס און שלעכטס‪ 6 .‬האָט די פֿרױ געזען אַז דער בױם‬
‫איז גוט צום עסן‪ ,‬און אַז ער איז אַ גאַרונג פֿאַר די אױגן‪ ,‬און דער‬
‫בױם איז גלוסטיק אָנצוקוקן‪ ,‬און זי האָט גענומען פֿון ז ַײן פֿרוכט‪,‬‬
‫און האָט געגעסן; און זי האָט אױך געגעבן איר מאַן מיט איר‪ ,‬און ער‬
‫האָט געגעסן‪ 7 .‬און זײערע בײדנס אױגן האָבן זיך געעפֿנט‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן געװוּסט אַז זײ ז ַײנען נאַקעט; האָבן זײ צונױפֿגענײט‬

                             ‫פֿ ַײגנבלעטער‪ ,‬און זיך געמאַכט גאַרטלען‪.‬‬

‫‪ 8‬און זײ האָבן געהערט דעם קול פֿון גאָט דעם האַר‪ ,‬װי ער גײט‬
‫אַרום אין גאָרטן אין דער קילקײט פֿון טאָג; און דער מענטש און ז ַײן‬
‫װ ַײב האָבן זיך באַהאַלטן פֿאַר גאָט דעם האַר צװישן די בײמער פֿון‬
‫גאָרטן‪ 9 .‬האָט גאָט דער האַר גערופֿן צו דעם מענטשן‪ ,‬און האָט צו‬
‫אים געזאָגט‪ :‬װוּ ביסטו? ‪ 10‬האָט ער געענטפֿערט‪ :‬איך האָב געהערט‬
‫ד ַײן קול אין גאָרטן‪ ,‬און איך האָב מורא געהאַט‪ ,‬װ ַײל איך בין‬
‫נאַקעט‪ ,‬האָב איך מיך באַהאַלטן‪ 11 .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬װער האָט דיר‬
‫געזאָגט אַז דו ביסט נאַקעט? האָסטו געגעסן פֿון דעם בױם װאָס‬
‫איך האָב דיר אָנגעזאָגט ניט צו עסן פֿון אים? ‪ 12‬האָט דער מענטש‬
‫געזאָגט‪ :‬די װ ַײב װאָס דו האָסט מיר געגעבן‪ ,‬זי האָט מיר געגעבן פֿון‬

                                      ‫דעם בױם‪ ,‬און איך האָב געגעסן‪.‬‬

‫‪ 13‬האָט גאָט דער האַר געזאָגט צו דער פֿרױ‪ :‬װאָס האָסטו דאָ‬
‫געטאָן? האָט די פֿרױ געזאָגט‪ :‬די שלאַנג האָט מיך אָנגערעדט‪ ,‬און‬

                                                      ‫איך האָב געגעסן‪.‬‬

‫‪ 14‬האָט גאָט דער האַר געזאָגט צו דער שלאַנג‪ :‬װ ַײל דו האָסט דאָס‬
‫געטאָן‪ ,‬זאָלסטו ז ַײן פֿאַרשאָלטן פֿון צװישן אַלע בהמות‪ ,‬און פֿון‬
‫צװישן אַלע חיות פֿון פֿעלד; אױף ד ַײן בױך זאָלסטו גײן‪ ,‬און שטױב‬
‫זאָלסטו עסן אַלע טעג פֿון ד ַײן לעבן‪ 15 .‬און אַ פֿ ַײנטשאַפֿט װעל איך‬
‫מאַכן צװישן דיר און צװישן דער פֿרױ‪ ,‬און צװישן ד ַײן זאָמען און‬
   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12