Page 2 - Breyshis
P. 2
תּורה נבֿיאים וּכתובֿים
תּרגום י ִידיש פֿון יהואש
בראשית
בראשית
1אין אָנהײב האָט גאָט באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד 2 .און
די ערד איז געװען װיסט און לײדיק ,און פֿינצטערניש איזא
געװען אױפֿן געזיכט פֿון תּהום ,און דער ג ַײסט פֿון גאָט האָט
געשװעבט אױפֿן געזיכט פֿון די װאַסערן.
3האָט גאָט געזאָגט :זאָל װערן ליכט .און עס איז געװאָרן ליכט4 .
און גאָט האָט געזען דאָס ליכט אַז עס איז גוט; און גאָט האָט
פֿאַנאַנדערגעשײדט צװישן דעם ליכט און צװישן דער פֿינצטערניש5 .
און גאָט האָט גערופֿן דאָס ליכט טאָג ,און די פֿינצטערניש האָט ער
גערופֿן נאַכט .און עס איז געװען אָװנט ,און עס איז געװען
פֿרימאָרגן ,אײן טאָג.
6האָט גאָט געזאָגט :זאָל װערן אַן אױסשפּרײט אין מיטן פֿון די
װאַסערן ,און ער זאָל פֿאַנאַנדערשײדן צװישן װאַסערן און װאַסערן.
7און גאָט האָט געמאַכט דעם אױסשפּרײט ,און האָט
פֿאַנאַנדערגעשײדט צװישן די װאַסערן װאָס אונטער דעם
אױסשפּרײט און צװישן די װאַסערן װאָס איבער דעם אױסשפּרײט.
און עס איז אַזױ געשען 8 .און גאָט האָט גערופֿן דעם אױסשפּרײט
הימל .און עס איז געװען אָװנט ,און עס איז געװען פֿרימאָרגן ,אַ
צװײטן טאָג.