Page 6 - Breyshis
P. 6

‫בראשית‬

‫‪ 15‬און גאָט דער האַר האָט גענומען דעם מענטשן‪ ,‬און האָט אים‬
‫אַר ַײנגעזעצט אין גאָרטן פֿון ֵע ֶדן‪ ,‬אים צו באַאַרבעטען און אים צו‬
‫היטן‪ 16 .‬און גאָט דער האַר האָט אָנגעזאָגט דעם מענטשן‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬פֿון אַלע בײמער פֿון גאָרטן מעגסטו עסן; ‪ 17‬אָבער פֿון דעם‬
‫בױם פֿון װיסן גוטס און שלעכטס‪ ,‬פֿון אים זאָלסטו ניט עסן‪ ,‬װאָרום‬

        ‫אין דעם טאָג װאָס דו עסט פֿון אים‪ ,‬װעסטו זיכער שטאַרבן‪.‬‬

‫‪ 18‬און גאָט דער האַר האָט געזאָגט‪ :‬עס איז ניט גוט דער מענטש‬
‫זאָל ז ַײן אַלײן; איך װעל אים מאַכן אַ געהילף װעדליק פֿאַר אים‪19 .‬‬
‫און גאָט דער האַר האָט געפֿורעמט פֿון דער ערד אַלערלײ חיות פֿון‬
‫פֿעלד און אַלערלײ פֿױגלען פֿון הימל‪ ,‬און געבראַכט צו דעם‬
‫מענטשן‪ ,‬צו זען װאָס ער װעט זײ רופֿן‪ ,‬און װאָס נאָר דער מענטש‬
‫װעט רופֿן איטלעך לעבעדיקע באַשעפֿעניש‪ ,‬דאָס זאָל ז ַײן איר‬
‫נאָמען‪ 20 .‬האָט דער מענטש אָנגערופֿן נעמען פֿאַר אַלע בהמות‪ ,‬און‬
‫פֿאַר די פֿױגלען פֿון הימל‪ ,‬און פֿאַר אַלע חיות פֿון פֿעלד; אָבער פֿאַר‬
‫ָאָ ָדמען האָט ער ניט געפֿונען אַ געהילף װעדליק פֿאַר אים‪ 21 .‬האָט‬
‫גאָט דער האַר געלאָזט פֿאַלן אַ טיפֿן שלאָף אױף דעם מענטשן‪ ,‬און‬
‫ער איז א ַײנגעשלאָפֿן; און ער האָט אַרױסגענומען אײנע פֿון ז ַײנע‬
‫ריפּן‪ ,‬און האָט פֿאַרשטאָפּט איר אָרט מיט פֿלײש‪ 22 .‬און גאָט דער‬
‫האַר האָט געבױט פֿון דער ריפּ ‪ ,‬װאָס ער האָט אַרױסגענומען פֿון‬
‫דעם מענטשן‪ ,‬אַ פֿרױ‪ ,‬און האָט זי געבראַכט צו דעם מענטשן‪23 .‬‬
‫האָט דער מענטש געזאָגט‪ :‬דאָס מאָל איז דאָס אַ בײן פֿון מ ַײנע‬
‫בײנער‪ ,‬און פֿלײש פֿון מ ַײן פֿלײש; די דאָזיקע זאָל גערופֿן װערן פֿרױ‪,‬‬
‫װ ַײל פֿון אַ מאַן איז גענומען געװאָרן די דאָזיקע‪ 24 .‬דרום פֿאַרלאָזט‬
‫אַ מאַן ז ַײן פֿאָטער און ז ַײן מוטער‪ ,‬און באַהעפֿט זיך אָן ז ַײן װ ַײב‪ ,‬און‬

                                                     ‫זײ װערן אײן ל ַײב‪.‬‬

‫‪ 25‬און זײ ז ַײנען בײדע געװען נאַקעט‪ ,‬דער מענטש און ז ַײן װ ַײב‪ ,‬און‬
                                              ‫זײ פֿלעגן זיך ניט שעמען‪.‬‬

‫‪ 1‬און די שלאַנג איז געװען ליסטיקער פֿון אַלע חיות פֿון פֿעלד‬

‫װאָס גאָט דער האַר האָט געמאַכט‪ ,‬און זי האָט געזאָגט צו דערג‬

‫פֿרױ‪ :‬ניט‪-‬שױן האָט גאָט געזאָגט‪ ,‬איר זאָלט ניט עסן פֿון קײן בױם‬
‫פֿון גאָרטן? ‪ 2‬האָט די פֿרױ געזאָגט צו דער שלאַנג‪ :‬פֿון דער פֿרוכט‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11