Page 10 - Breyshis
P. 10

‫בראשית‬

‫װערן נקמה פֿון אים‪ .‬און גאָט האָט געמאַכט ַק ִינען אַ צײכן‪ ,‬אַז‬
                  ‫קײנער װאָס טרעפֿט אים‪ ,‬זאָל אים ניט דערשלאָגן‪.‬‬

‫‪ 16‬און ַק ִין איז אַװעקגעגאַנגען פֿון פֿאַר גאָט‪ ,‬און האָט זיך באַזעצט‬
‫אין לאַנד נוֹד‪ ,‬אין מזרח פֿון ֵע ֶדן‪ 17 .‬און ַק ִין האָט דערקענט ז ַײן‬
‫װ ַײב‪ ,‬און זי איז טראָגעדיק געװאָרן‪ ,‬און האָט געבאָרן ַחנוכן‪ .‬און ער‬
‫האָט געבױט אַ שטאָט‪ ,‬און האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט‬
‫אַזױ װי דער נאָמען פֿון ז ַײן זון‪ַ ,‬חנוך‪ 18 .‬און ב ַײ ַחנוכן איז געבאָרן‬
‫געװאָרן ִעי ָרד‪ ,‬און ִעי ָרד האָט געבאָרן מח ָױ ֵאלן‪ ,‬און מח ָױ ֵאל האָט‬
‫געבאָרן מתו ָש ֵאלן‪ ,‬און מתו ָש ֵאל האָט געבאָרן ֶל ֶמכן‪ 19 .‬און ֶל ֶמך‬
‫האָט זיך גענומען צװײ װ ַײבער; דער נאָמען פֿון אײנער איז געװען‬
‫ָע ָדה‪ ,‬און דער נאָמען פֿון דער צװײטער ִצ ָלה‪ 20 .‬און ָע ָדה האָט‬
‫געבאָרן ָי ָבלן; ער איז געװען דער פֿאָטער פֿון די װאָס זיצן אין‬
‫געצעלטן און האָבן פֿי‪ 21 .‬און דער נאָמען פֿון ז ַײן ברודער איז געװען‬
‫יו ַבל; ער איז געװען דער פֿאָטער פֿון אַלע װאָס האַלטן אַ האַרף און‬
‫אַ פֿלייט‪ 22 .‬און ִצ ָלה‪ ,‬זי אױך האָט געבאָרן תּו ַבל‪ַ -‬ק ִינען‪ ,‬דעם‬
‫אױסשל ַײפֿער פֿון אַלערלײ קופּער‪ -‬און א ַײזנגעצ ַײג; און די‬

                         ‫שװעסטער פֿון תּו ַבל‪ַ -‬ק ִינען איז געװען ַנ ֲע ָמה‪.‬‬

                            ‫‪ 23‬און ֶל ֶמך האָט געזאָגט צו ז ַײנע װ ַײבער‪:‬‬
                                        ‫ָע ָדה און ִצ ָלה‪ ,‬הערט מ ַײן ָקול‪,‬‬

                              ‫װ ַײבער פֿון ֶל ֶמכן‪ ,‬פֿאַרנעמט מ ַײן װאָרט;‬
                              ‫װאָרום איך הרגע אַ מאַן פֿאַר מ ַײן װוּנד‪,‬‬

                                            ‫און אַ י ִינגל פֿאַר מ ַײן ב ַײל;‬
                   ‫‪ 24‬װ ַײל זיבנפֿאַך װערט גענומען פֿאַר ַק ִינען נקמה‪,‬‬

                                    ‫פֿאַר ֶל ֶמכן אָבער זיבן און זיבעציק‪.‬‬

‫‪ 25‬און ָאָ ָדם האָט װידער דערקענט ז ַײן װ ַײב‪ ,‬און זי האָט געבאָרן אַ‬
‫זון‪ ,‬און האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען ֵשת‪ ,‬װ ַײל‪» :‬גאָט האָט מיר באַשערט‬
‫אַן אַנדער זאָמען אָנשטאָט ֶהבלען‪ ,‬אַז ַק ִין האָט אים געהרגעט«‪26 .‬‬
‫און ב ַײ ֵשתן‪ ,‬ב ַײ אים אױך איז געבאָרן געװאָרן אַ זון‪ ,‬און ער האָט‬
‫גערופֿן ז ַײן נאָמען ֶאנוֹש‪ .‬דענצמאָל האָט מען אָנגעהױבן רופֿן צו‬

                                                      ‫דעם נאָמען יהוה‪.‬‬
   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15