Page 8 - Breyshis
P. 8
בראשית
צװישן איר זאָמען; ער װעט דיך טרעפֿן אין קאָפּ ,און דו װעסט אים
טרעפֿן אין טריט.
16צו דער פֿרױ האָט ער געזאָגט :מערן װעל איך מערן ד ַײן
מאַטערניש און ד ַײן טראָגװײעניש; מיט יסורים װעסטו געבערן
קינדער ,און צו ד ַײן מאַן װעט ז ַײן ד ַײן גלוסטונג ,און ער װעט
געװעלטיקן איבער דיר.
17און צו ָאָ ָדמען האָט ער געזאָגט :װ ַײל דו האָסט צוגעהערט צו
דעם קול פֿון ד ַײן װ ַײב ,און געגעסן פֿון דעם בױם װאָס איך האָב דיר
אָנגעזאָגט ,אַזױ צו זאָגן :זאָלסט פֿון אים ניט עסן; זאָל די ערד ז ַײן
פֿאַרשאָלטן פֿון ד ַײנעטװעגן; מיט מאַטערניש זאָלסטו זיך נערן פֿון
איר אַלע טעג פֿון ד ַײן לעבן 18 .און דערנער און שטעכיק געװעקס
זאָל זי דיר מאַכן שפּראָצן ,און זאָלסט עסן קר ַײטעכץ פֿון פֿעלד19 .
מיט דעם שװײס פֿון ד ַײן פּנים זאָלסטו עסן ברױט ,ביז דו קערסט
זיך אום צו דער ערד; װ ַײל פֿון איר ביסטו גענומען געװאָרן; װאָרום
שטױב ביסטו ,און צו שטױב זאָסלטו זיך אומקערן.
20און דער מענטש האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון ז ַײן װ ַײב ַחָוה ,װ ַײל
זי איז געװען די מוטער פֿון אַלעם לעבעדיקן.
21און גאָט דער האַר האָט געמאַכט פֿאַר ָאָ ָדמען און פֿאַר ז ַײן װ ַײב
העמדלעך פֿון פֿעל ,און האָט זײ באַקלײדט.
22און גאָט דער האַר האָט געזאָגט :זע ,דער מענטש איז געװאָרן װי
אײנער פֿון אונדז צו װיסן גוטס און שלעכטס ,און אַצונד קען ער
נאָך אױסשטרעקן ז ַײן האַנט ,און נעמען אױך פֿון דעם בױם פֿון
לעבן ,און ער װעט עסן ,און װעט לעבן אײביק 23 .האָט גאָט דער
האַר אים אַרױסגעשיקט פֿון דעם גאָרטן פֿון ֵע ֶדן ,צו באַאַרבעטן די
ערד ,װאָס ער איז פֿון דאָרטן גענומען געװאָרן 24 .און ער האָט
אַרױסגעטריבן דעם מענטשן; און ער האָט אַר ַײנגעזעצט אין מזרח
פֿון דעם גאָרטן פֿון ֵע ֶדן די כּרובים ,און די פֿלאַמיקע שװערד װאָס
דרײט זיך ,צו היטן דעם װעג צום בױם פֿון לעבן.