Page 11 - Breyshis
P. 11

‫בראשית‬

‫‪ 1‬דאָס איז דאָס בוך פֿון די געבורטן פֿון ָאָ ָדמען‪ :‬װען גאָט האָט‬

‫באַשאַפֿן דעם מענטשן‪ ,‬האָט ער אים אין דער גל ַײכעניש פֿוןה‬

‫גאָט געמאַכט; ‪ 2‬אַ זכר און אַ נקבֿה האָט ער זײ באַשאַפֿן‪ ,‬און ער‬
‫האָט זײ געבענטשט‪ ,‬און האָט גערופֿן זײער נאָמען מענטש אין דעם‬
‫טאָג װאָס זײ ז ַײנען באַשאַפֿן געװאָרן‪ 3 .‬און ָאָ ָדם האָט געלעבט‬
‫הונדערט און דר ַײסיק יאָר‪ ,‬און האָט געבאָרן אַ זון אין ז ַײן‬
‫גל ַײכעניש‪ ,‬אַזױ װי ז ַײן געשטאַלט‪ ,‬און האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען ֵשת‪.‬‬
‫‪ 4‬און די טעג פֿון ָאָ ָדמען נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן ֵשתן‪ ,‬ז ַײנען‬
‫געװען אַכט הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער‪5 .‬‬
‫און אַלע טעג װאָס ָאָ ָדם האָט געלעבט‪ ,‬ז ַײנען געװען נ ַײן הונדערט‬

                        ‫יאָר און דר ַײסיק יאָר; און ער איז געשטאָרבן‪.‬‬

‫‪ 6‬און ֵשת האָט געלעבט הונדערט יאָר און פֿינף יאָר‪ ,‬און האָט‬
‫געבאָרן ֶאנוֹשן‪ 7 .‬און ֵשת האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן‬
‫ֶאנוֹשן‪ ,‬אַכט הונדערט יאָר און זיבן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און‬
‫טעכטער‪ 8 .‬און אַלע טעג פֿון ֵשתן ז ַײנען געװען נ ַײן הונדערט יאָר‬

                              ‫און צװעלף יאָר; און ער איז געשטאָרבן‪.‬‬

‫‪ 9‬און ֶאנוֹש האָט געלעבט נ ַײנציק יאָר‪ ,‬און האָט געבאָרן ֵקיָננען‪10 .‬‬
‫און ֶאנוֹש האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן ֵקיָננען‪ ,‬אַכט‬
‫הונדערט יאָר און פֿופֿצן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער‪.‬‬
‫‪ 11‬און אַלע טעג פֿון ֶאנושן ז ַײנען געװען נ ַײן הונדערט יאָר און פֿינף‬

                                          ‫יאָר; און ער איז געשטאָרבן‪.‬‬

‫‪ 12‬און ֵקיָנן האָט געלעבט זיבעציק יאָר‪ ,‬און האָט געבאָרן ַמה ַלל ֵאלן‪.‬‬
‫‪ 13‬און ֵקיָנן האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן ַמה ַלל ֵאלן‪,‬‬
‫אַכט הונדערט יאָר און פֿערציק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און‬
‫טעכטער‪ 14 .‬און אַלע טעג פֿון ֵקיָננען ז ַײנען געװען נ ַײן הונדערט יאָר‬

                                 ‫און צען יאָר; און ער איז געשטאָרבן‪.‬‬

‫‪ 15‬און ַמה ַלל ֵאל האָט געלעבט פֿינף און זעכציק יאָר‪ ,‬און האָט‬
‫געבאָרן ֶי ֶרדן‪ 16 .‬און ַמה ַלל ֵאל האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט‬
‫געבאָרן ֶי ֶרדן‪ ,‬אַכט הונדערט יאָר און דר ַײסיק יאָר; און ער האָט‬
‫געבאָרן זין און טעכטער‪ 17 .‬און אַלע טעג פֿון ַמה ַלל ֵאלן ז ַײנען‬
‫געװען אַכט הונדערט יאָר און פֿינף און נ ַײנציק יאָר; און ער איז‬

                                                            ‫געשטאָרבן‪.‬‬
   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16