Page 13 - Breyshis
P. 13
בראשית
1און עס איז געװען ,אַז די מענטשן האָבן זיך אָנגעהױבן מערן
אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד ,און ב ַײ זײ ז ַײנען געבאָרן געװאָרןו
טעכטער 2 ,האָבן די זין פֿון גאָט געזען די טעכטער פֿון מענטשן אַז
זײ ז ַײנען שײן ,און זײ האָבן זיך גענומען װ ַײבער װעמען-נאָר זײ
האָבן אױסדערװײלט 3 .האָט גאָט געזאָגט :מ ַײן ג ַײסט זאָל ניט
בל ַײבן אין דעם מענטשן אױף אײביק ,װאָרום ער איז פֿאָרט פֿלײש;
נאָר ז ַײנע טעג זאָלן ז ַײן הונדערט און צװאַנציק יאָר.
4די נפֿילים ז ַײנען געװען אױף דער ערד אין יענע טעג – און אױך
דערנאָך – װען די זין פֿון גאָט פֿלעגן קומען צו די טעכטער פֿון
מענטשן ,און זײ פֿלעגן געבערן פֿון זײ; דאָס ז ַײנען די גיבורים װאָס
פֿון פֿאַרצ ַײטן ,מענער מיט אַ נאָמען.
5און גאָט האָט געזען אַז דאָס בײז פֿון דעם מענטשן איז גרױס אױף
דער ערד ,און די גאַנצע טראַכטונג פֿון די מחשבות פֿון ז ַײן האַרצן
איז רק צום בײזן אַ גאַנצן טאָג 6 .און גאָט האָט חרטה געהאַט װאָס
ער האָט געמאַכט דעם מענטשן אױף דער ערד ,און ער איז געװען
באַקומערט אין ז ַײן האַרצן 7 .און גאָט האָט געזאָגט :איך װעל
אָפּמעקן דעם מענטשן װאָס איך האָב באַשאַפֿן ,פֿון דעם געזיכט פֿון
דער ערד; פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה ,ביז אַ שרץ ,און ביז אַ פֿױגל
פֿון הימל; װאָרום איך האָב חרטה װאָס איך האָב זײ געמאַכט8 .
אָבער נֹח האָט געפֿונען ל ַײטזעליקײט אין די אױגן פֿון גאָט.
נֹ ַח
9דאָס איז די געשיכטע פֿון נֹחן .נֹח איז געװען אַ גערעכטער,
ערלעכער מאַן אין ז ַײן דור; מיט גאָט איז געגאַנגען נֹח 10 .און נֹח
האָט געבאָרן דר ַײ זיןֵ :שםָ ,חם ,און ֶי ֶפת 11 .און די ערד איז
פֿאַרדאָרבן געװאָרן פֿאַר גאָט ,און די ערד איז פֿול געװאָרן מיט
אומרעכט 12 .און גאָט האָט געזען די ערד ,ערשט זי איז פֿאַרדאָרבן,
װ ַײל יעטװעדער ל ַײב האָט פֿאַרדאָרבן ז ַײן װעג אױף דער ערד 13 .און
גאָט האָט געזאָגט צו נֹחן :דער סוף פֿון אַלע ל ַײבער איז געקומען
פֿאַר מיר ,װאָרום די ערד איז פול מיט אומרעכט דורך זײ; און זע,
איך ברענג זײ אום מיט דער ערד 14 .מאַך דיר אַ תּבֿה פֿון
פּימסנהאָלץ; אין קאַמערן זאָלסטו מאַכן די תּבֿה ,און זאָלסט זי
אױספּעכן פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק מיט פּעך 15 .און אָט