Page 15 - Breyshis
P. 15

‫בראשית‬

    ‫‪ 5‬און נֹח האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט אים באַפױלן‪.‬‬

‫‪ 6‬און נֹח איז געװען זעקס הונדערט יאָר אַלט‪ ,‬װען דער מבול איז‬
‫געװען אױף דער ערד‪ 7 .‬און נֹח‪ ,‬און ז ַײנע זין‪ ,‬און ז ַײן װ ַײב‪ ,‬און ז ַײנע‬
‫זינס װ ַײבער‪ ,‬מיט אים‪ ,‬ז ַײנען אַר ַײנגעגאַנגען אין דער תּבֿה‪ ,‬פֿון װעגן‬
‫דעם װאַסער פֿון מבול‪ 8 .‬פֿון די רײנע בהמות‪ ,‬און פֿון די בהמות‬
‫װאָס ז ַײנען ניט רײן‪ ,‬און פֿון די פױגלען און אַלץ װאָס קריכט אױף‬
‫דער ערד‪ 9 ,‬ז ַײנען צו צװײ צו צװײ אַר ַײנגעגאַנגען צו נֹחן אין דער‬

            ‫תּבֿה‪ ,‬אַ ָזכר און אַ נקבֿה‪ ,‬אַזױ װי גאָט האָט באַפױלן נֹחן‪.‬‬

‫‪ 10‬און עס איז געװען צו זיבן טעג‪ ,‬אַזױ איז דאָס װאַסער פֿון מבול‬
‫געװען אױף דער ערד‪ 11 .‬אין דעם זעקס הונדערטסטן יאָר פֿון נֹחס‬
‫לעבן‪ ,‬אין צװײטן חודש‪ ,‬אין זיבעצנטן טאָג פֿון חודש‪ ,‬אין דעם‬
‫דאָזיקן טאָג האָבן אױסגעבראָכן אַלע קװאַלן פֿון גרױסן תּ ָהום‪ ,‬און‬
‫די פענצטער פֿון הימל האָבן זיך געעפנט‪ 12 .‬און דער רעגן איז‬

                ‫געװען אױף דער ערד פערציק טעג און פערציק נעכט‪.‬‬

‫‪ 13‬אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג ז ַײנען אַר ַײנגעגאַנגען נֹח‪ ,‬און‬
‫ֵשם‪ ,‬און ָחם‪ ,‬און ֶי ֶפת‪ ,‬נֹחס זין‪ ,‬און נֹחס װ ַײב‪ ,‬און די דר ַײ װ ַײבער‬
‫פֿון ז ַײנע זין מיט זײ‪ ,‬אין דער תּבֿה; ‪ 14‬זײ‪ ,‬און אַלע חיות לױט‬
‫זײערע מינים‪ ,‬און אַלע בהמות לױט זײערע מינים‪ ,‬און אַלע שרצים‬
‫װאָס קריכן אױף דער ערד לױט זײערע מינים‪ ,‬און אַלע עופות לױט‬
‫זײערע מינים‪ ,‬איטלעך פױגל‪ ,‬איטלעך געפליגל‪ 15 .‬און זײ ז ַײנען‬
‫אַר ַײנגעגאַנגען צו נֹחן אין דער תּבֿה‪ ,‬צו צװײ‪ ,‬צו צװײ פֿון אַלע‬
‫ל ַײבער װאָס אין זײ איז דאָ אַן אָטעם פֿון לעבן‪ 16 .‬און די װאָס‬
‫ז ַײנען אַר ַײנגעגאַנגען‪ ,‬ז ַײנען אַר ַײנגעגאַנגען אַ ָזכר און אַ נקבֿה פֿון‬
‫אַלע ל ַײבער‪ ,‬אַזױ װי גאָט האָט אים באַפױלן; און גאָט האָט‬

                                              ‫פֿאַרשלאָסן הינטער אים‪.‬‬

‫‪ 17‬און דער מבול איז געװען פערציק טעג אױף דער ערד‪ ,‬און די‬
‫װאַסערן האָבן זיך געמערט‪ ,‬און זײ האָבן געטראָגן די תּבֿה‪ ,‬און זי‬
‫האָט זיך אױפֿגעהױבן איבער דער ערד‪ 18 .‬און די װאַסערן האָבן זיך‬
‫געשטאַרקט‪ ,‬און האָבן זיך זײער געמערט אױף דער ערד‪ ,‬און די תּבֿה‬
‫איז געגאַנגען אױף דער אױבערפלעך פֿון די װאַסערן‪ 19 .‬און די‬
‫װאַסערן האָבן זיך זײער זײער געשטאַרקט אױף דער ערד; און עס‬
‫ז ַײנען פֿאַרדעקט געװאָרן אַלע הױכע בערג װאָס אונטערן גאַנצן‬
   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20