Page 16 - Breyshis
P. 16
בראשית
הימל 20 .פופצן אײלן אַריבער האָבן זיך די װאַסערן געשטאַרקט ,און
די בערג ז ַײנען פֿאַרדעקט געװאָרן 21 .און עס איז אומגעקומען
יעטװעדער ל ַײב װאָס באַװעגט זיך אױף דער ערד ,ס ַײ אַ פױגל ,ס ַײ אַ
בהמה ,ס ַײ אַ חיה ,ס ַײ יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד,
און יעטװעדער מענטש; 22אַלץ װאָס אין ז ַײנע נאָזלעכער איז געװען
אַ הױך פֿון אַ לעבעדיקן אָטעם ,אַלץ װאָס אױף דער יבשה ,איז
געשטאָרבן 23 .און ער האָט אָפּגעמעקט דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס
אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד ,פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה ,ביז אַ שרץ,
און ביז אַ פױגל פֿון הימל; און זײ ז ַײנען אָפּגעמעקט געװאָרן פֿון דער
ערד ,און נאָר נֹח איז געבליבן ,און די װאָס מיט אים אין דער תּבֿה.
24און די װאַסערן האָבן זיך געשטאַרקט אױף דער ערד הונדערט
און פֿופֿציק טעג.
1און גאָט האָט געדאַכט אָן נֹחן ,און אָן אַלע חיות ,און אָן
אַלע בהמות ,װאָס מיט אים אין דער תּבֿה ,און גאָט האָטח
געמאַכט אַריבערגײן אַ װינט אױף דער ערד ,און די װאַסערן האָבן
זיך א ַײנגעשטילט 2 .און עס ז ַײנען פֿאַרשטאָפּט געװאָרן די קװאַלן
פֿון תּ ָהום ,און די פֿענצטער פֿון הימל; און דער רעגן פֿון הימל איז
פֿאַרהאַלטן געװאָרן 3 .און די װאַסערן האָבן געהאַלטן אין אײן
אָפּטרעטן פֿון דער ערד; און די װאַסערן ז ַײנען געמינערט געװאָרן
צום סוף פֿון הונדערט און פֿופֿציק טעג 4 .און די תּבֿה האָט גערוט
אין זיבעטן חודש ,אין זיבעצנטן טאָג פֿון חודש ,אױף די בערג פֿון
אַ ָר ָרט 5 .און די װאַסערן האָבן געהאַלטן אין אײן געמינערט װערן
ביזן צענטן חודש; אין צענטן חודש ,אין ערשטן טאָג פֿון חודש,
האָבן זיך באַװיזן די שפּיצן פֿון די בערג.
6און עס איז געװען צום סוף פֿון פֿערציק טעג ,האָט נֹח געעפֿנט
דעם פֿענצטער פֿון דער תּבֿה װאָס ער האָט געמאַכט 7 .און ער האָט
אַרױסגעשיקט דעם ראָב ,און ער איז אַרױס הין און צוריק ,ביז דאָס
װאַסער איז אָפּגעטריקנט געװאָרן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד8 .
האָט ער אַרױסגעשיקט פֿון זיך די טױב ,צו זען אױב דאָס װאַסער
איז אָפּגעפֿאַלן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד 9 .אָבער די טױב האָט
ניט געפֿונען קײן אָפּרו פֿאַר איר פֿוסטריט ,און זי האָט זיך
אומגעקערט צו אים אין דער תּבֿה ,װ ַײל װאַסער איז געװען אױפֿן