Page 4 - Breyshis
P. 4
בראשית
22און גאָט האָט זײ געבענטשט ,אַזױ צו זאָגן :פֿרוכפּערט א ַײך און
מערט א ַײך ,און פֿילט אָן די װאַסערן אין די ימען ,און די פֿױגלען
זאָלן זיך מערן אױף דער ערד 23 .און עס איז געװען אָװנט ,און עס
איז געװען פֿרימאָרגן ,אַ פֿינפֿטן טאָג.
24האָט גאָט געזאָגט :זאָל די ערד אַרױסברענגען לעבעדיקע
באַשעפֿענישן לױט זײערע מינים ,בהמות און שרצים און חיות פֿון
דער ערד לױט זײערע מינים .און עס איז אַזױ געשען 25 .און גאָט
האָט געמאַכט די חיות פֿון דער ערד לױט זײערע מינים ,און די
בהמות לױט זײערע מינים ,און אַלע שרצים פֿון דער ערד לױט
זײערע מינים .און גאָט האָט געזען אַז דאָס איז גוט.
26האָט גאָט געזאָגט :לאָמיר מאַכן מענטשן אין אונדזער געשטאַלט,
לױט אונדזער גל ַײכעניש ,און זײ זאָלן געװעלטיקן איבער די פֿיש פֿון
ים ,און איבער די פֿױגלען פֿון הימל ,און איבער די בהמות ,און
איבער דער גאַנצער ערד ,און איבער אַלע שרצים װאָס קריכן אױף
דער ערד 27 .און גאָט האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן אין ז ַײן
געשטאַלט; אין דער געשטאַלט פֿון גאָט האָט ער אים באַשאַפֿן; אַ
זכר און אַ נקבֿה האָט ער זײ באַשאַפֿן.
28און גאָט האָט זײ געבענטשט ,און גאָט האָט צו זײ געזאָגט:
פֿרוכפּערט א ַײך און מערט א ַײך ,און פֿילט אָן די ערד ,און באַצװינגט
זי ,און געװעלטיקט איבער די פֿיש פֿון ים ,און איבער די פֿױגלען פֿון
הימל ,און איבער אַלעם לעבעדיקן װאָס קריכט אױף דער ערד.
29און גאָט האָט געזאָגט :זעט ,איך האָב א ַײך געגעבן יעטװעדער
קר ַײטעכץ װאָס גיט אַרױס זאָמען ,װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער
גאַנצער ערד ,און יעטװעדער בױם װאָס אױף אים איז דאָ
בײמערפֿרוכט װאָס גיט אַרױס זאָמען; פֿאַר א ַײך זאָל דאָס ז ַײן צום
עסן 30 .און פֿאַר אַלע חיות פֿון דער ערד ,און פֿאַר אַלע פֿױגלען פֿון
הימל ,און פֿאַר אַלץ װאָס קריכט אױף דער ערד ,װאָס אין אים איז
דאָ אַ לעבעדיקער אָטעם ,איז יעטװעדער גרין קר ַײטעכץ צום עסן.
און עס איז אַזױ געװען.
31און גאָט האָט געזען אַלץ װאָס ער האָט געמאַכט ,ערשט עס איז
זײער גוט .און עס איז געװען אָװנט ,און עס איז געװען פֿרימאָרגן,
דעם זעקסטן טאָג.