Page 5 - Breyshis
P. 5
בראשית
1אַזױ ז ַײנען פֿאַרענדיקט געװאָרן דער הימל און די ערד און
זײער גאַנצער חיל 2 .און גאָט האָט געענדיקט צום זיבעטן טאָגב
ז ַײן אַרבעט װאָס ער האָט געמאַכט ,און ער האָט גערוט אױפֿן
זיבעטן טאָג פֿון ז ַײן גאַנצער אַרבעט װאָס ער האָט געמאַכט 3 .און
גאָט האָט געבענטשט דעם זיבעטן טאָג ,און האָט אים געהײליקט,
װאָרום אין אים האָט ער גערוט פֿון ז ַײן גאַנצער אַרבעט װאָס גאָט
האָט באַשאַפֿנדיק געמאַכט.
4דאָס איז די געשיכטע פֿון דעם הימל און דער ערד װען זײ ז ַײנען
באַשאַפֿן געװאָרן ,אין דעם טאָג װאָס גאָט דער האַר האָט געמאַכט
ערד און הימל.
5און קײן בײמל פֿון פֿעלד איז נאָך ניט געװען אױף דער ערד ,און
קײן קר ַײטעכץ פֿון פֿעלד האָט נאָך ניט געשפּראָצט ,װאָרום גאָט דער
האַר האָט ניט געמאַכט רעגענען אױף דער ערד ,און אַ מענטש איז
ניט געװען צו באַאַרבעטן די ערד; 6נאָר אַ נעבל פֿלעגט אױפֿגײן פֿון
דער ערד ,און פֿלעגט אָנטרינקען דאָס גאַנצע געזיכט פֿון דער ערד7 .
האָט גאָט דער האַר געפֿורעמט דעם מענטשן פֿון שטױב פֿון דער
ערד ,און האָט אַר ַײנגעבלאָזן אין ז ַײנע נאָזלעכער אַן אָטעם פֿון
לעבן ,און דער מענטש איז געװאָרן אַ לעבעדיקער נפֿש 8 .און גאָט
דער האַר האָט געפֿלאַנצט אַ גאָרטן אין ֵע ֶדן ,אין מזרח ,און האָט
דאָרטן אַר ַײנגעזעצט דעם מענטשן װאָס ער האָט געפֿורעמט 9 .און
גאָט דער האַר האָט געמאַכט שפּראָצן פֿון דער ערד אַלערלײ בײמער
גלוסטיק אָנצוקוקן און גוט צום עסן; אױך דעם בױם פֿון לעבן ,אין
מיטן גאָרטן ,און דעם בױם פֿון װיסן גוטס און שלעכטס.
10און אַ ט ַײך איז אַרױסגעגאַנגען פֿון ֵע ֶדן אָנצוטרינקען דעם גאָרטן,
און פֿון דאָרטן האָט ער זיך צעשײדט ,און איז געװאָרן פֿיר טײלן11 .
דער נאָמען פֿון אײנעם איז פּישון; דאָס איז דער װאָס רינגלט אַרום
דאָס גאַנצע לאַנד ַח ִוי ָלה ,װאָס דאָרטן איז דאָ גאָלד; 12און דאָס
גאָלד פֿון יענעם לאַנד איז גוט .דאָרטן איז דער בדוֹ ַלח און דער
אָניקלשטײן 13 .און דער נאָמען פֿון צװײטן ט ַײך איז גיחוֹן; דאָס איז
דער װאָס רינגלט אַרום דאָס גאַנצע לאַנד כּוש 14 .און דער נאָמען
פֿון דריטן ט ַײך איז ִח ֶדקל; דאָס איז דער װאָס גײט צו מזרח פֿון
אַשור .און דער פֿירטער ט ַײך ,דאָס איז פּ ָרת.