Page 26 - Breyshis
P. 26
בראשית
גרױס ,און זײ האָבן ניט געקענט װױנען באַנאַנד 7 .און עס איז
געװען אַ קריגער ַײ צװישן די פּאַסטוכער פֿון אבֿרמס פֿי און צװישן די
פּאַסטוכער פֿון לוטס פֿי .און דער כַּנ ֲעני און דער פּ ִרזי ז ַײנען
דענצמאָל געזעסן אין לאַנד 8 .האָט אבֿרם געזאָגט צו לוטן :זאָל ,איך
בעט דיך ,ניט ז ַײן קײן קריג צװישן מיר און צװישן דיר ,און צװישן
מ ַײנע פּאַסטוכער און צװישן ד ַײנע פּאַסטוכער; װאָרום מיר ז ַײנען
אײגענע מענטשן 9 .דאָס גאַנצע לאַנד ליגט דאָך פֿאַר דיר; שײד זיך
אפּ פֿון מיר ,איך בעט דיך ,ענטװעדער אױף לינקס ,און איך װעל זיך
נעמען רעכטס ,אָדער אױף רעכטס ,און איך װעל זיך נעמען לינקס.
10האָט לוט אױפֿגעהױבן ז ַײנע אױגן ,און האָט געזען די גאַנצע
געגנט פֿון ַירדן ,אַז זי איז אין גאַנצן באַװעסערט – דאָס איז געװען
אײדער גאָט האָט צעשטערט סדום און ַעמו ָרה – אַזױ װי דער גאָרטן
פֿון גאָט ,אַזױ װי דאָס לאַנד ִמצ ַר ִים ,ביז דו קומסט קײן צו ַער 11 .און
לוט האָט אױסגעקליבן פֿאַר זיך די גאַנצע געגנט פֿון ַירדן; און לוט
האָט אַװעקגעצױגן קײן מזרח ,און זײ האָבן זיך אָפּגעשײדט אײנער
פֿון אַנדערן 12 .אבֿרם האָט זיך באַזעצט אין לאַנד כַּנ ַען ,און לוט
האָט זיך באַזעצט אין די שטעט פֿון דער ַירדן געגנט; און ער האָט
געהאַט געצעלטן ביז סדום.
13און די מענטשן פֿון סדום ז ַײנען געװען זײער שלעכט און זינדיק
צו גאָט.
14און גאָט האָט געזאָגט צו אבֿרמען ,נאָכדעם װי לוט האָט זיך
אָפּגעשײדט פֿון אים :הײב אַקאָרשט אױף ד ַײנע אױגן ,און קוק פֿון
דעם אָרט װוּ דו ביסט ,קײן צפֿון און קײן דרום און קײן מזרח און
קײן מערב; 15װאָרום דאָס גאַנצע לאַנד װאָס דו זעסט ,װעל איך
געבן צו דיר און צו ד ַײן זאָמען אױף אײביק 16 .און איך װעל מאַכן
ד ַײן זאָמען אַזױ װי שטױב פֿון דער ערד ,אַז אױב עמיצער װעט
קענען צײלן דעם שטױב פֿון דער ערד ,װעט אױך ד ַײן זאָמען געצײלט
װערן 17 .שטײ אױף ,גײ דורכן לאַנד פֿאַר לענג און פֿאַר ברײט,
װאָרום צו דיר װעל איך עס געבן.
18און אבֿרם האָט איבערגעטראָגן ז ַײן געצעלט ,און ער איז געקומען
און האָט זיך באַזעצט ב ַײ די אײכנבײמער פֿון ַממ ֵרא ,װאָס אין
ֶחברון; און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו יהוה.