Page 32 - Breyshis
P. 32

‫בראשית‬

‫א ַײער פאָרהױט‪ ,‬און עס װעט ז ַײן פֿאַר אַ צײכן פֿון בונד צװישן מיר‬
‫און צװישן א ַײך‪ 12 .‬און צו אַכט טעג זאָל גע ַמלט װערן ב ַײ א ַײך‬
‫איטלעכער מאַנסֿפּאַרשױן אױף א ַײערע דור‪-‬דורות‪ ,‬געבאָרן אין הױז‪,‬‬
‫אָדער געקױפֿט פֿאַר געלט פֿון עמיץ אַ פֿרעמדן װאָס איז ניט פֿון ד ַײן‬
‫זאָמען‪ 13 .‬גע ַמלט מוז גע ַמלט װערן דער װאָס איז געבאָרן אין ד ַײן‬
‫הױז‪ ,‬און דער װאָס איז געקױפֿט פֿאַר ד ַײן געלט; און מ ַײן בונד זאָל‬
‫ז ַײן אין א ַײער פֿלײש פֿאַר אַן אײביקן בונד‪ 14 .‬און אַן‬
‫אומבאַשניטענער מאַנסֿפּאַרשױן װאָס װעט זיך ניט ַמלן אין דעם‬
‫פֿלײש פֿון ז ַײן פֿאָרהױט‪ ,‬יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר‬

                               ‫פֿאָלק; מ ַײן בונד האָט ער פֿאַרשטערט‪.‬‬

‫‪ 15‬און גאָט האָט געזאָגט צו אבֿרהמען‪ :‬ד ַײן װ ַײב ָשׂ ַרין זאָלסטו ניט‬
‫רופֿן מיט איר נאָמען ָשׂ ַרי‪ ,‬נ ַײערט ָשׂ ָרה זאָל ז ַײן איר נאָמען‪ 16 .‬און‬
‫איך װעל זי בענטשן‪ ,‬און װעל דיר אױך געבן פֿון איר אַ זון; יאָ‪ ,‬איך‬
‫װעל זי בענטשן‪ ,‬און פֿעלקער װעלן װערן פֿון איר; מלכים פֿון אומות‬
‫װעלן ז ַײן פֿון איר‪ 17 .‬איז אבֿרהם געפֿאַלן אױף ז ַײן פּנים‪ ,‬און ער‬
‫האָט געלאַכט‪ ,‬און געזאָגט ב ַײ זיך אין האַרצן‪ :‬קען ב ַײ אַ מאַן פֿון‬
‫הונדערט יאָר געבאָרן װערן? און קען שׂרה צו נ ַײנציק יאָר געבערן?‬
‫‪ 18‬און אבֿרהם האָט געזאָגט צו גאָט‪ :‬הלװאַי זאָל ִיש ָמ ֵעאל לעבן‬
‫פֿאַר דיר! ‪ 19‬האָט גאָט געזאָגט‪ :‬פֿאַר װאָר‪ ,‬ד ַײן װ ַײב שׂרה װעט דיר‬
‫געבערן אַ זון‪ ,‬און זאָלסט רופֿן ז ַײן נאָמען יצחק; און איך װעל‬
‫אױפֿשטעלן מ ַײן בונד מיט אים פֿאַר אַן אײביקן בונד צו ז ַײן זאָמען‬
‫נאָך אים‪ 20 .‬און װעגן ִיש ָמ ֵעאלן האָב איך דיך צוגעהערט; זע‪ ,‬איך‬
‫האָב אים געבענטשט‪ ,‬און איך װעל אים פֿרוכפּערן‪ ,‬און װעל אים‬
‫מערן זײער און זײער; צװעלף פֿירשטן װעט ער געבערן‪ ,‬און איך װעל‬
‫אים מאַכן פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק‪ 21 .‬מ ַײן בונד אָבער װעל איך‬
‫אױפֿשטעלן מיט יצחקן‪ ,‬װאָס שׂרה װעט דיר געבערן צו דער צ ַײט‬

                                                      ‫אױפֿן אַנדער יאָר‪.‬‬

‫‪ 22‬און װי ער האָט געענדיקט רעדן מיט אים‪ ,‬אַזױ האָט גאָט זיך‬
                                    ‫אױפֿגעהױבן פֿון איבער אבֿרהמען‪.‬‬

‫‪ 23‬און אבֿרהם האָט גענומען ז ַײן זון ִיש ָמ ֵעאלן‪ ,‬און אַלע ז ַײנע‬
‫הױזגעבאָרענע‪ ,‬און אַלע ז ַײנע געקױפֿטע פֿאַר געלט‪ ,‬יעטװעדער‬
‫מאַנסֿפּאַרשױן צװישן די הױזל ַײט פֿון אבֿרהמען‪ ,‬און ער האָט גע ַמלט‬
‫דאָס פֿלײש פֿון זײער פֿאָרהױט אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג‪ ,‬אַזױ‬
   27   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37