Page 35 - Breyshis
P. 35
בראשית
שטאָט ,װעל איך פֿאַרגעבן דעם גאַנצן אָרט פֿון זײערטװעגן 27 .האָט
זיך אָפּגערופֿן אבֿרהם און האָט געזאָגט :זע ,איך בעט דיך ,איך
אונטערשטײ מיך צו רעדן צו מ ַײן האַר ,הגם איך בין שטױב און אַש.
28טאָמער װעלן פֿעלן פֿון די פֿופֿציק אומשולדיקע פֿינף ,װעסטו פֿון
װעגן די פֿינף צעשטערן די גאַנצע שטאָט? האָט ער געזאָגט :איך
װעל ניט צעשטערן ,אױב איך װעל דאָרטן געפֿינען פֿינף און פֿערציק.
29און ער האָט װידער אַ מאָל צו אים גערעדט ,און האָט געזאָגט:
טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען פֿערציק? האָט ער געזאָגט :איך
װעל עס ניט טאָן פֿון װעגן די פֿערציק 30 .האָט ער געזאָגט :זאָל,
איך בעט דיך ,מ ַײן האַר ניט פֿאַרדריסן ,און איך װעל רעדן :טאָמער
װעלן זיך דאָרטן געפֿינען דר ַײסיק? האָט ער געזאָגט :איך װעל עס
ניט טאָן ,אױב איך װעל דאָרטן געפֿינען דר ַײסיק 31 .האָט ער
געזאָגט :זע ,איך בעט דיך ,איך אונטערשטײ מיך צו רעדן צו מ ַײן
האַר :טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען צװאַנציק? האָט ער געזאָגט:
איך װעל ניט צעשטערן פֿון װעגן די צװאַנציק 32 .האָט ער געזאָגט:
זאָל ,איך בעט דיך ,מ ַײן האַר ניט פֿאַרדריסן ,און איך װעל רעדן נאָר
דאָס מאָל :טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען צען? האָט ער געזאָגט:
איך װעל ניט צעשטערן פֿון װעגן די צען.
33און גאָט איז אַװעקגעגאַנגען ,װען ער האָט געענדיקט רעדן צו
אבֿרהמען; און אבֿרהם האָט זיך אומגעקערט צו ז ַײן אָרט.
1און די צװײ מלאָכים ז ַײנען געקומען קײן סדום אין אָװנט;
און לוט איז געזעסן אין טױער פֿון סדום .און לוט האָט זײיט
דערזען ,און ער האָט זיך אױפֿגעשטעלט זײ אַנטקעגן ,און האָט זיך
געבוקט מיטן פּנים צו דער ערד 2 .און ער האָט צו זײ געזאָגט :זעט,
איך בעט א ַײך ,מ ַײנע האַרן ,קערט א ַײן אין הױז פֿון א ַײער קנעכט
אױף איבער נאַכט ,און װאַשט א ַײערע פֿיס; און איר װעט זיך
פֿעדערן ,און װעט גײן אױף א ַײער װעג .האָבן זײ געזאָגט :נײן,
נ ַײערט אױף דער גאַס װעלן מיר נעכטיקן 3 .איז ער זײער
צוגעשטאַנען צו זײ ,און זײ האָבן א ַײנגעקערט צו אים ,און ז ַײנען
אַר ַײנגעגאַנגען אין ז ַײן הױז ,און ער האָט פֿאַר זײ געמאַכט אַ
מאָלצ ַײט ,און געבאַקן אומגעז ַײערטע קוכנס ,און זײ האָבן געגעסן.