Page 39 - Breyshis
P. 39

‫בראשית‬

‫‪ 1‬און אבֿרהם האָט אַװעקגעצױגן פֿון דאָרטן צום לאַנד פֿון‬

‫דרום‪ ,‬און ער האָט זיך באַזעצט צװישן ָק ֵדש און צװישן שור‪,‬כ‬
                                            ‫און האָט געװױנט אין ג ָרר‪.‬‬

‫‪ 2‬און אבֿרהם האָט געזאָגט אױף ז ַײן װ ַײב שׂרהן‪ :‬זי איז מ ַײנע אַ‬
‫שװעסטער‪ .‬האָט געשיקט אבֿי ֶמ ֶלך דער מלך פֿון ג ָרר‪ ,‬און האָט‬
‫צוגענומען שׂרהן‪ 3 .‬איז גאָט געקומען צו אבֿי ֶמ ֶלכן אין אַ חלום פֿון‬
‫דער נאַכט‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬װעסט שטאַרבן פֿון װעגן‬
‫דער פֿרױ װאָס דו האָסט גענומען‪ ,‬װאָרום זי איז די װ ַײב פֿון אַ מאַן‪.‬‬
‫‪ 4‬און אבֿי ֶמ ֶלך האָט צו איר ניט גענענט און ער האָט געזאָגט‪ :‬גאָט‪,‬‬
‫װילסטו אױך אומשולדיק פֿאָלק הרגען? ‪ 5‬האָט ער מיר ניט אַלײן‬
‫געזאָגט‪ :‬זי איז מ ַײנע אַ שװעסטער? און זי‪ ,‬אױך זי האָט געזאָגט‪ :‬ער‬
‫איז מ ַײנער אַ ברודער‪ .‬אין דער ערלעכקײט פֿון מ ַײן האַרצן און אין‬
‫דער רײנקײט פֿון מ ַײנע הענט האָב איך דאָס געטאָן‪ 6 .‬האָט גאָט צו‬
‫אים געזאָגט אין חלום‪ :‬יאָ‪ ,‬איך װײס אַז אין דער ערלעכקײט פֿון ד ַײן‬
‫האַרצן האָסטו דאָס געטאָן‪ ,‬און איך האָב דיך אױך געװאָלט‬
‫פֿאַרמ ַײדן פֿון זינדיקן צו מיר‪ ,‬דרום האָב איך דיך ניט געלאָזט זיך‬
‫צורירן צו איר‪ 7 .‬און אַצונד‪ ,‬קער אום די װ ַײב פֿון דעם מאַן‪ ,‬װאָרום‬
‫ער איז אַ נביא‪ ,‬און ער װעט מתפּלל ז ַײן פֿאַר דיר‪ ,‬און װעסט בל ַײבן‬
‫לעבן; אױב אָבער דו קערסט זי ניט אום‪ ,‬ז ַײ װיסן אַז שטאַרבן‬

                   ‫װעסטו שטאַרבן‪ ,‬דו און אַלע װאָס געהערן צו דיר‪.‬‬

‫‪ 8‬האָט אבֿי ֶמ ֶלך זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי‪ ,‬און האָט צונױפֿגערופֿן‬
‫אַלע ז ַײנע קנעכט‪ ,‬און האָט גערעדט אַלע די דאָזיקע װערטער אין‬
‫זײערע אױערן‪ ,‬און די מענטשן האָבן זײער מורא געהאַט‪ 9 .‬און‬
‫אבֿי ֶמ ֶלך האָט גערופֿן אבֿרהמען‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬װאָס‬
‫האָסטו אונדז געטאָן? און װאָס האָב איך געזינדיקט אַקעגן דיר‪,‬‬
‫װאָס דו האָסט געבראַכט אױף מיר און אױף מ ַײן קיניגר ַײך אַזאַ‬
‫גרױסע זינד? מעשׂים װאָס װערן ניט געטאָן‪ ,‬האָסטו געטאָן צו מיר‪.‬‬
‫‪ 10‬און אבֿי ֶמ ֶלך האָט געזאָגט צו אבֿרהמען‪ :‬װאָס האָסטו א ַײנגעזען‪,‬‬

                                  ‫אַז דו האָסט געטאָן די דאָזיקע זאַך?‬

‫‪ 11‬האָט אבֿרהם געזאָגט‪ :‬װ ַײל איך האָב געקלערט‪ :‬פֿאַר װאָר‪ ,‬קײן‬
‫מורא פֿאַר גאָט איז ניטאָ אין דעם דאָזיקן אָרט‪ ,‬און זײ װעלן מיך‬
‫הרגען פֿון װעגן מ ַײן װ ַײב‪ 12 .‬און זי איז אױך אין דער אמתן מ ַײנע אַ‬
‫שװעסטער‪ ,‬די טאָכטער פֿון מ ַײן פֿאָטער‪ ,‬נאָר ניט די טאָכטער פֿון‬
   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44