Page 44 - Breyshis
P. 44

‫בראשית‬

‫‪ 9‬און זײ ז ַײנען געקומען צו דעם אָרט װאָס גאָט האָט אים געזאָגט;‬
‫און אבֿרהם האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח‪ ,‬און האָט אױסגעלײגט‬
‫דאָס האָלץ‪ ,‬און ער האָט געבונדן ז ַײן זון יצחקן‪ ,‬און אים‬
‫אַרױפֿגעטאָן אױפֿן מזבח‪ ,‬איבערן האָלץ‪ 10 .‬און אבֿרהם האָט‬
‫אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט‪ ,‬און האָט גענומען דעם שלאַכטמעסער‬

                                                     ‫צו שעכטן ז ַײן זון‪.‬‬

‫‪ 11‬האָט אַ מלאך פֿון גאָט גערופֿן צו אים פֿון הימל‪ ,‬און האָט‬
‫געזאָגט‪ :‬אבֿרהם! אבֿרהם! האָט ער געענטפֿערט‪ :‬דאָ בין איך‪12 .‬‬
‫האָט ער געזאָגט‪ :‬זאָלסט ניט אױסשטרעקן ד ַײן האַנט אױפֿן י ִינגל‪,‬‬
‫און זאָלסט אים גאָרנישט טאָן; װאָרום אַצונד װײס איך אַז דו ביסט‬
‫גאָטספֿאָרכטיק‪ ,‬אַז דו האָסט ניט פֿאַרמיטן ד ַײן זון‪ ,‬ד ַײן‬

                                                 ‫אײנאײנציקן‪ ,‬פֿון מיר‪.‬‬

‫‪ 13‬האָט אבֿרהם אױפֿגעהױבן ז ַײנע אױגן‪ ,‬און האָט דערזען ערשט‬
‫הינטן האָט אַ װידער זיך א ַײנגעדרײט אין אַ געצװ ַײג מיט ז ַײנע‬
‫הערנער‪ .‬איז אבֿרהם געגאַנגען‪ ,‬און האָט גענומען דעם װידער‪ ,‬און‬
‫האָט אים אױפֿגעבראַכט פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער אָנשטאָט ז ַײן זון‪14 .‬‬
‫און אבֿרהם האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט יהוה‪ִ-‬יר ֶאה;‬
‫אַזױ װי עס װערט נאָך ה ַײנט געזאָגט‪ :‬אױף דעם באַרג פֿון יהוה‬

                                                           ‫װערט געזען‪.‬‬

‫‪ 15‬און דער מלאך פֿון גאָט האָט גערופֿן צו אבֿרהמען אַ צװײט מאָל‬
‫פֿון הימל‪ 16 ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬איך שװער ב ַײ זיך‪ ,‬זאָגט גאָט‪ ,‬אַז‬
‫װ ַײל דו האָסט געטאָן די דאָזיקע זאַך‪ ,‬און האָסט ניט פֿאַרמיטן ד ַײן‬
‫זון‪ ,‬ד ַײן אײנאײנציקן‪ 17 ,‬איז‪ ,‬בענטשן װעל איך דיך בענטשן‪ ,‬און‬
‫מערן װעל איך מערן ד ַײן זאָמען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל‪ ,‬און‬
‫אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים; און ד ַײן זאָמען װעט‬
‫אַרבן דעם טױער פֿון ז ַײנע פ ַײנט‪ 18 .‬און בענטשן װעלן זיך מיט ד ַײן‬
‫זאָמען אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד‪ ,‬דערפֿאַר װאָס דו האָסט‬

                                                ‫צוגעהערט צו מ ַײן קול‪.‬‬

‫‪ 19‬און אבֿרהם האָט זיך אומגעקערט צו ז ַײנע יונגען‪ ,‬און זײ ז ַײנען‬
‫אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און ז ַײנען געגאַנגען באַנאַנד קײן ב ֵאר‪ֶ -‬ש ַבע‪ .‬און‬

                                   ‫אבֿרהם איז געבליבן אין ב ֵאר‪ֶ -‬ש ַבע‪.‬‬
   39   40   41   42   43   44   45   46   47   48   49