Page 48 - Breyshis
P. 48

‫בראשית‬

‫‪ 15‬און עס איז געװען‪ ,‬אײדער נאָך ער האָט געענדיקט רעדן‪ ,‬ערשט‬
‫רבקה קומט אַרױס – די װאָס איז געבאָרן געװאָרן ב ַײ בתו ֵאל דעם‬
‫זון פֿון ִמל ָכּה‪ ,‬דער װ ַײב פֿון ָנחור‪ ,‬אבֿרהמס ברודער – מיט איר קרוג‬
‫אױף איר אַקסל‪ 16 .‬און די מײדל איז געװען זײער שײן פֿון אױסזען‪,‬‬
‫אַ יונגפֿרױ װאָס קײן מאַן האָט נאָך זי ניט געקענט; און זי האָט‬
‫אַראָפּגענידערט צום קװאַל‪ ,‬און האָט אָנגעפֿילט איר קרוג‪ ,‬און איז‬
‫אַרױפֿגעקומען‪ 17 .‬איז דער קנעכט איר געלאָפֿן אַנטקעגן‪ ,‬און האָט‬
‫געזאָגט‪ :‬לאָז מיך אַ זופּ טאָן‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬אַ ביסל װאַסער פֿון ד ַײן‬
‫קרוג‪ 18 .‬האָט זי געזאָגט‪ :‬טרינק מ ַײן האַר; און זי האָט אױף גיך‬
‫אַראָפּגעלאָזט איר קרוג אױף איר האַנט‪ ,‬און האָט אים געגעבן‬
‫טרינקען‪ 19 .‬און אַז זי האָט געענדיקט אים געבן טרינקען‪ ,‬האָט זי‬
‫געזאָגט‪ :‬אױך פֿאַר ד ַײנע קעמלען װעל איך אָנשעפּן‪ ,‬ביז זײ האָבן‬

                                                   ‫געענדיקט טרינקען‪.‬‬

‫‪ 20‬און זי האָט אױף גיך אױסגעלײדיקט איר קרוג אין דער קאָריטע‪,‬‬
‫און איז װידער געלאָפֿן צום ברונעם אָנשעפּן‪ ,‬ביז זי האָט אָנגעשעפּט‬
‫פֿאַר אַלע ז ַײנע קעמלען‪ 21 .‬און דער מאַן קוקט זי אָן שװ ַײגעדיק‪ ,‬צו‬
‫װיסן אױב גאָט האָט באַגליקט ז ַײן װעג אָדער ניט‪ 22 .‬און עס איז‬
‫געװען‪ ,‬װי די קעמלען האָבן געענדיקט טרינקען‪ ,‬אַזױ האָט דער מאַן‬
‫גענומען אַ גילדערנעם נאָזרינג װאָס ז ַײן װאָג איז געװען אַ ב ַקע‪ ,‬און‬
‫צװײ אָרעמבענדער פֿאַר אירע הענט‪ ,‬װאָס זײער װאָג איז געװען צען‬
‫גאָלדשטיק‪ 23 .‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬װעמעס טאָכטער ביסטו? זאָג‬
‫מיר‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬איז דאָ אין ד ַײן פֿאָטערס הױז אַן אָרט פֿאַר אונדז‬

                                                         ‫צום נעכטיקן?‬

‫‪ 24‬האָט זי צו אים געזאָגט‪ :‬איך בין די טאָכטער פֿון בתו ֵאל דעם זון‬
‫פֿון ִמל ָכּהן‪ ,‬װאָס זי האָט געבאָרן ָנחורן‪ 25 .‬און זי האָט צו אים‬
‫געזאָגט‪ :‬אי שטרױ אי פוטער אַ סך איז דאָ ב ַײ אונדז‪ ,‬אי אַן אָרט‬

                                                          ‫צום נעכטיקן‪.‬‬

‫‪ 26‬האָט דער מאַן זיך גענ ַײגט און זיך געבוקט צו גאָט‪ 27 .‬און ער‬
‫האָט געזאָגט‪ :‬געלױבט איז יהוה דער גאָט פֿון מ ַײן האַר אבֿרהמען‪,‬‬
‫װאָס האָט ניט פֿאַרלאָזן ז ַײן חסד און ז ַײן טר ַײשאַפֿט צו מ ַײן האַר;‬
‫מיך האָט גאָט געפֿירט אױף דעם װעג צו דעם הױז פֿון מ ַײן האַרס‬

                                                                ‫ברידער‪.‬‬
   43   44   45   46   47   48   49   50   51   52   53