Page 45 - Breyshis
P. 45
בראשית
20און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן ,איז אָנגעזאָגט
געװאָרן אבֿרהמען ,אַזױ צו זאָגן :זעִ ,מל ָכּה ,זי אױך האָט געבאָרן זין
צו ד ַײן ברודער ָנחורן 21 :עוץ ז ַײן בכור ,און בוז ז ַײן ברודער ,און
קמו ֵאל דעם פֿאָטער פֿון ַאַ ָרם ,און ֶ 22כּ ֶשׂדן ,און ַחזון ,און ִפּל ָדשן,
און ִיד ָלפֿן ,און בתו ֵאלן 23 .און בתו ֵאל האָט געבאָרן רבקהן .די
דאָזיקע אַכט האָט ִמל ָכּה געבאָרן צו ָנחור ,אבֿרהמס ברודער 24 .און
ז ַײן קעפּסװ ַײב װאָס איר נאָמען איז געװען ְראו ָמה ,זי אױך האָט
געבאָרן ֶט ַבחן ,און ַג ַחמען ,און ַתּ ַחשן ,און ַמ ֲע ָכהן.
ַחֵיי ָשׂ ָרה
1און דאָס לעבן פֿון שׂרהן איז געװען הונדערט און זיבן יאָר
און צװאַנציק יאָר; דאָס ז ַײנען געװען די יאָרן פֿון שׂרהסכג
לעבן 2 .און שׂרה איז געשטאָרבן אין ִקרַית-אַרבע ,דאָס איז ֶחברון,
אין לאַנד כַּנ ַען .און אבֿרהם איז געקומען צו קלאָגן אױף שׂרהן און זי
צו באַװײנען.
3און אבֿרהם איז אױפֿגעשטאַנען פֿון פֿאַר ז ַײן טױטן ,און ער האָט
גערעדט צו די קינדער פֿון ֵחת ,אַזױ צו זאָגן 4 :אַ פֿרעמדער אָבער אַ
תּושב בין איך ב ַײ א ַײך ,גיט מיר אַ קבֿר-אײגנטום ב ַײ א ַײך ,און איך
װעל באַגראָבן מ ַײן טױטן פֿון פֿאַר מיר.
5האָבן די קינדער פֿון ֵחת געענטפֿערט אבֿרהמען ,אים אַזױ צו זאָגן:
6הער אונדז צו ,מ ַײן האַר ,אַ געטלעכער פֿירשט ביסטו צװישן
אונדז; אין דעם געקליבנסטן פֿון אונדזערע קבֿרים באַגראָב ד ַײן
טױטן; קײנער פֿון אונדז װעט ניט פֿאַרמ ַײדן ז ַײן קבֿר פֿון דיר ,אױף
צו באַגראָבן ד ַײן טױטן.
7איז אבֿרהם אױפֿגעשטאַנען ,און האָט זיך געבוקט צו דעם פֿאָלק
פֿון לאַנד ,צו די קינדער פֿון ֵחת 8 .און ער האָט צו זײ גערעדט ,אַזױ
צו זאָגן :אױב עס איז א ַײער װילן צו באַגראָבן מ ַײן טױטן פֿון פֿאַר
מיר ,הערט מיך צו ,און בעט פֿאַר מיר ב ַײ ֶעפֿרון דעם זון פֿון צו ַחרן,
9ער זאָל מיר געבן די הײל פֿון ַמכ ֵפּ ָלה װאָס געהערט צו אים ,װאָס
אין עק פֿון ז ַײן פֿעלד; אין פֿולן געלט זאָל ער עס מיר געבן צװישן
א ַײך פֿאַר אַ קבֿר-אײגנטום.