Page 40 - Breyshis
P. 40

‫בראשית‬

‫מ ַײן מוטער; דרום איז זי מיר געװאָרן פֿאַר אַ װ ַײב‪ 13 .‬און עס איז‬
‫געװען‪ ,‬אַז גאָט האָט מיך פֿאַרװאָגלט פֿון מ ַײן פאָטערס הױז‪ ,‬האָב‬
‫איך צו איר געזאָגט‪ :‬דאָס זאָל ז ַײן ד ַײן חסד װאָס דו זאָלסט טאָן‬
‫מיט מיר‪ :‬אין איטלעכן אָרט‪ ,‬װאָס מיר װעלן אַהין קומען‪ ,‬זאָג אױף‬

                                        ‫מיר‪ :‬ער איז מ ַײנער אַ ברודער‪.‬‬

‫‪ 14‬האָט אבֿי ֶמ ֶלך גענומען שאָף און רינדער‪ ,‬און קנעכט און דינסטן‪,‬‬
‫און האָט געגעבן אבֿרהמען‪ ,‬און ער האָט אים אומגעקערט ז ַײן װ ַײב‬
‫שׂרהן‪ 15 .‬און אבֿי ֶמ ֶלך האָט געזאָגט‪ :‬אָט איז מ ַײן לאַנד פֿאַר דיר; װוּ‬
‫עס איז גוט אין ד ַײנע אױגן‪ ,‬באַזעץ זיך‪ 16 .‬און צו שׂרהן האָט ער‬
‫געזאָגט‪ :‬אָט האָב איך געגעבן ד ַײן ברודער טױזנט זילבערשטיק; זע‪,‬‬
‫דאָס איז דיר אַ צודעק פֿאַר די אױגן אַקעגן אַלע װאָס מיט דיר; און‬

                               ‫פֿאַר אַלעמען ביסטו גערעכטפֿאַרטיקט‪.‬‬

‫‪ 17‬און אבֿרהם האָט מתפּלל געװען צו גאָט‪ ,‬און גאָט האָט געהײלט‬
‫אבֿי ֶמ ֶלכן‪ ,‬און ז ַײן װ ַײב‪ ,‬און ז ַײנע דינסטן‪ ,‬און זײ האָבן געבאָרן‪18 .‬‬
‫װאָרום פֿאַרשלאָסן האָט גאָט געהאַט פֿאַרשלאָסן יעטװעדער‬

            ‫טראַכט פֿון אבֿי ֶמ ֶלכס הױז פֿון װעגן שׂרה‪ ,‬אבֿרהמס װ ַײב‪.‬‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט געדאַכט אָן שׂרהן‪ ,‬אַזױ װי ער האָט‬

‫געזאָגט‪ ,‬און גאָט האָט געטאָן צו שׂרהן אַזױ װי ער האָטכא‬

‫גערעדט‪ 2 .‬און שׂרה איז טראָגעדיק געװאָרן‪ ,‬און האָט געבאָרן‬
‫אבֿרהמען אַ זון אױף ז ַײן עלטער‪ ,‬צו דער צ ַײט װאָס גאָט האָט אים‬
‫אָנגעזאָגט‪ 3 .‬און אבֿרהם האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון ז ַײן זון װאָס‬
‫איז אים געבאָרן געװאָרן‪ ,‬װאָס שׂרה האָט אים געבאָרן‪ִ ,‬יצ ָחק‪ 4 .‬און‬
‫אבֿרהם האָט גע ַמלט ז ַײן זון יצחקן צו אַכט טעג‪ ,‬אַזױ װי גאָט האָט‬
‫אים באַפֿױלן‪ 5 .‬און אבֿרהם איז געװען הונדערט יאָר אַלט‪ ,‬װען ז ַײן‬

                                    ‫זון יצחק איז אים געבאָרן געװאָרן‪.‬‬

‫‪ 6‬און שׂרה האָט געזאָגט‪ :‬אַ געלעכטער האָט מיר גאָט געמאַכט;‬
‫איטלעכער װאָס הערט עס‪ ,‬װעט לאַכן װעגן מיר‪ 7 .‬און זי האָט‬
‫געזאָגט‪ :‬װער װאָלט געזאָגט אבֿרהמען‪ :‬שׂרה װעט קינדער זײגן? אַז‬

                              ‫איך װעל געבערן אַ זון אױף ז ַײן עלטער?‬
   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44   45