Page 42 - Breyshis
P. 42

‫בראשית‬

‫‪ 19‬און גאָט האָט אױפֿגעעפֿנט אירע אױגן‪ ,‬און זי האָט דערזען אַ‬
‫ברונעם װאַסער‪ ,‬און זי איז געגאַנגען און האָט אָנגעפֿילט דעם לאָגל‬

                         ‫מיט װאַסער‪ ,‬און געגעבן טרינקען דעם יִינגל‪.‬‬

‫‪ 20‬און גאָט איז געװען מיטן י ִינגל‪ ,‬און ער איז אױפֿגעװאַקסן‪ ,‬און‬
‫איז געזעסן אין מדבר‪ ,‬און איז געװען אַ בױגנשיסער‪ 21 .‬און ער איז‬
‫געזעסן אין מדבר פּאָ ָרן; און ז ַײן מוטער האָט אים גענומען אַ װ ַײב‬

                                                      ‫פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‪.‬‬

‫‪ 22‬און עס איז געװען אין יענער צ ַײט‪ ,‬האָט אבֿי ֶמ ֶלך און פּיכול דער‬
‫האַר פֿון ז ַײן חיל געזאָגט צו אבֿרהמען‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬גאָט איז מיט‬
‫דיר אין אַלץ װאָס דו טוסט; ‪ 23‬דרום שװער מיר דאָ אַצונד ב ַײ גאָט‪,‬‬
‫אױב דו װעסט פֿעלשן אָן מיר‪ ,‬אָדער אָן מ ַײן זון‪ ,‬אָדער אָן מ ַײן‬
‫אײניקל; אַזױ װי דער חסד װאָס איך האָב געטאָן מיט דיר‪ ,‬זאָלסטו‬
‫טאָן מיט מיר‪ ,‬און מיט דעם לאַנד װאָס דו האָסט זיך אױפֿגעהאַלטן‬

                                                                 ‫דרינען‪.‬‬

‫‪ 24‬האָט אבֿרהם געזאָגט‪ :‬איך װעל שװערן‪ 25 .‬אָבער אבֿרהם האָט‬
‫פֿאָרגעהאַלטן אבֿי ֶמ ֶלכן װעגן דעם ברונעם װאַסער‪ ,‬װאָס די קנעכט‬
‫פֿון אבֿי ֶמ ֶלכן האָבן געגזלט‪ 26 .‬האָט אבֿי ֶמ ֶלך געזאָגט‪ :‬איך װײס ניט‬
‫װער עס האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך; װאָרום ניט דו האָסט מיר צו‬
 ‫מאָל דערצײלט‪ ,‬און ניט איך האָב עס צו מאָל געהערט אַחוץ ה ַײנט‪.‬‬

‫‪ 27‬האָט אבֿרהם גענומען שאָף און רינדער‪ ,‬און געגעבן אבֿי ֶמ ֶלכן‪,‬‬
‫און זײ האָבן בײדע געשלאָסן אַ בונד‪ 28 .‬און אבֿרהם האָט‬
‫אַװעקגעשטעלט זיבן לעמער פֿון די שאָף באַזונדער‪ 29 .‬האָט‬
‫אבֿי ֶמ ֶלך געזאָגט צו אבֿרהמען‪ :‬װאָס ז ַײנען די דאָזיקע לעמער‪ ,‬װאָס‬
‫דו האָסט אַװעקגעשטעלט באַזונדער? ‪ 30‬האָט ער געזאָגט‪ :‬פֿאַר‬
‫װאָר‪ ,‬די זיבן לעמער מוסטו נעמען פֿון מ ַײן האַנט‪ ,‬כּדי דאָס זאָל מיר‬
‫ז ַײן צום עדות‪ ,‬אַז איך האָב געגראָבן דעם דאָזיקן ברונעם‪ 31 .‬דרום‬
‫האָט מען גערופֿן יענעם אָרט ב ֵאר‪ֶ -‬ש ַבע‪ ,‬װ ַײל דאָרטן האָבן זײ בײדע‬

                                                  ‫זיך געגעבן אַ שבועה‪.‬‬

‫‪ 32‬אַזױ האָבן זײ געשלאָסן אַ בונד אין ב ֵאר‪ֶ -‬ש ַבע; און אבֿי ֶמ ֶלך‬
‫און פּיכול דער האַר פֿון ז ַײן חיל ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און האָבן זיך‬
‫אומגעקערט אין לאַנד פֿון די פּ ִלשתּים‪ 33 .‬און ער האָט געפֿלאַנצט אַ‬
   37   38   39   40   41   42   43   44   45   46   47